מכתב יומי
ג חשון תשע"ט
October 12 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מיר דארפן שטענדיג געדענקען דעם מאמר הזוהר וואס מוהרא"ש פלעגט מיט אונז שטענדיג חזר'ן; עס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.
מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.
מען ווערט נישט גרעסער ווען מען שפעט פון א צווייטן און מען ווערט נישט מער ווען מען מאכט יענעם אוועק; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יד:): "כָּל מָקוֹם שֶׁאַתָּה מוֹצֵא שְׁנֵי מִקְרָאוֹת, אֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ וְאֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ, מַנִּיחִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל חֲבֵירוֹ, וְתּוֹפְסִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם חֲבֵירוֹ"; אז איינער דערהאלט זיך און ער איז אויך מחזק אנדערע, אזא איינער האט הצלחה, ווידעראום אז איינער זוכט נאר ווי ער קען יענעם אוועק מאכן און מבטל זיין – דער ווערט בטל.
איך בעט דעם אייבערשטן אז אין אונזערע ד' אמות - ביי תלמידי היכל הקודש - זאל מען זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן; מען ווערט נישט גרויס ווען מען לאכט פון א צווייטן און מען ווערט נישט חשוב ווען מען שפעט פון א צווייטן, שלמה המלך זאגט (משלי כו, יח): "כְּמִתְלַהְלֵהַּ הַיֹּרֶה זִקִּים חִצִּים וָמָוֶת", אזוי ווי איינער שיסט פיילן אויף א צווייטן יענעם צו הרג'נען, "כֵּן אִישׁ רִמָּה אֶת רֵעֵהוּ וְאָמַר הֲלֹא מְשַׂחֵק אָנִי", אזוי אויך איז דער וואס שפעט פון זיין חבר און ווען דער חבר זעט אז יענער מאכט חוזק פון אים, זאגט ער אים "הֲלֹא מְשַׂחֵק אָנִי", איך מיין דאס נישט ערנסט, איך מאך נאר א וויץ... אבער למעשה איז יענעמס בלוט פארגאסן געווארן.
א פרייליכער מענטש מאכט פרייליך א צווייטן און א ריינער מענטש רעדט שיין צו א צווייטן און פירט זיך שיין צו א צווייטן; וואס דו האסט נישט ליב מען זאל טון פאר דיר זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר - זה כלל גדול בתורה (ירושלמי נדרים ט, ד; שבת לא.); אין שטוב רעדט מען שיין צו די ווייב און קינדער און אזוי אויך צו חברים; מען געבט יעדן איינעם א גוט ווארט.
שטארק דיר, און געדענק אז ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך, אזוי ווי דער הייליגער תם פלעגט זאגן (סיפורי מעשיות מעשה ט): "ביים אייבערשטן איז אלעס שייך".
א פרייליכן שבת.