מכתב יומי
ב חשון תשע"ט
October 11 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז אויף יעדן איינעם גייט אריבער שוועריקייטן; טראכט נישט קיין איין מינוט אז א צווייטער האט א בעסערער לעבן פון דיר, יענער מוטשעט זיך טאקע נישט מיט וואס דו מוטשעסט זיך, אבער ער האט אנדערע זאכן וואס מוטשען אים; הכלל, עס איז נישט פארהאן קיין איין מענטש בזה העולם וואס מוטשעט זיך נישט.
מען האט אמאל געשמועסט מיטן רבי'ן פון מענטשן וואס האבן עולם הזה, האט דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, נאר דא איז דער גיהנום אליינס, ווייל יעדער איינער איז פול מיט יסורים; נאר איין עצה איז דא אנטלויפן צום אייבערשטן.
אז דו זוכסט וואו צו אנטלויפן פון דיין שווערע צרה איז דא איין פלאץ וואו מען קען אנטלויפן - נאר צו די הייליגע תורה; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה וועסטו ווערן געראטעוועט; דער רבי האט אונז געגעבן א שיינע זיסע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).
היינט זענען מיר מסיים מסכת ברכות פון תלמוד ירושלמי; אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן איז מען זוכה צו לערנען אלע חלקים פון די תורה. די תורה איז דער בעסטער פלאץ וואו מען קען זיך באשיצן פון דעם יצר הרע; כאפ זיך מיט און הייב אן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דאס וועט דיר פרייליך מאכן און געבן שכל ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען דער וועכנטליכער שיעור; עס איז מיר נישט גרינג צו געבן דעם שיעור ווען איך האלט נאך א טאג ארבעט פון אינדערפרי ביז אויף דער נאכט, איך געב א גאנצן טאג שיעורים - אינדערפרי איז דא א שיעור אין בבלי יעדן טאג א בלאט, נאכדעם א בלאט ירושלמי; פארמיטאג איז דא נאך א שיעור אין גמרא והלכה און נאכמיטאג קומט פאר א שיעור אין רבינ'ס ספרים, דאס איז אין א געווענליכע טאג. אבער איך האלט אן מיין שליחות וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן איך זאל מחזק זיין איין מאל א וואך אלע תלמידים וואס האבן שוין חתונה געהאט; מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט: איך זע אן א חילוק אויף די אינגעלייט וועם דו האסט געלערנט ווי אזוי צו לעבן מיט די ווייב וכו'; זיי זענען פרייליך און גייען ארום מיט א ליכטיגן פנים"; דעריבער וויל איך דיר זען ביים שיעור.
העלף מיר ארויס מיט די שווערע הוצאות פון די ישיבה; על כל פנים דיין מעשר ברענג פאר די ישיבה וואס האט דיר געהאלפן. נעם א חלק אין אויפהאלטן אזא מקום קדוש, רוף אן האברך ... נרו יאיר מיט האברך ... נרו יאיר און געב זיי דיין מעשר מיט דיינע צדקות, דורכדעם וועסטו האבן א חלק אין אלע תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.