מכתב יומי

ג ניסן תשע"ח

March 19 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ג' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער שטארק זאלסט נישט דאגה'נען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לָא תַּעֵיל דַּוְיָא בְּלִבָּך, דְּגַבְרֵי גִּיבָּרִין קְטַל דַּוְיָא", נעם זיך גארנישט צום הארצן, ווייל אסאך גיבורים זענען שוין געשטארבן פון דעם וואס זיי האבן יעדע זאך גענומען צום הארצן.


ר' נתן האט געזאגט: "אויף פסח וועט זיין"; מען דארף נישט דאגה'נען: ווי? וואס? ווען? ווייל דער אייבערשטער העלפט יעדן איינעם. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בטחון, סימן ט): "עַל יְדֵי בִּטָּחוֹן אָדָם נִיצוֹל מִדְּאָגָה", ווען א מענטש פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן גייען אלע דאגות אוועק.


בעט איך דיר זייער, אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן טאג און נאכט מיט דאגות און מרירות, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן. געוואוין זיך צו אויסצושמועסן דיין הארץ אויף דיין פשוט'ע שפראך, פארצייל פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, זאג אים דיינע ווייטאגן, שמועס אויס מיט אים דיינע ספיקות און בלבולים, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר - וועסטו גלייך שפירן ווי עס ווערט דיר גרינגער.


מיר רוקן זיך שוין נענטער צום הייליגן יום טוב פסח; דער הייליגער אריז"ל זאגט אז 'פֶּסַח' איז די אותיות 'פֶּה – סָח', פסח באקומט יעדער איד א מויל צו קענען אנהייבן שמועסן מיטן אייבערשטן, און דורכדעם איז מען זוכה ארויס צו גיין פון 'מִצְרַיִם' וואס דאס איז 'מֵצַר – יָם', אז דער מח מחשבה איז אין אין מיצר - אין גלות, צעקוועטשט און צודריקט פון 'פַּרְעֹה' וואס איז די אותיות 'פֶּה – רַע', א שלעכט מויל; א מויל פון קללות. אנשטאט דעם באקומט יעדער איד יעצט א מויל צו קענען רעדן צום אייבערשטן, און אזוי איז יעדער איד זוכה ארויסצוגיין פון זיין גלות מצרים.


יעצט איז די צייט ארויס צו רוימען דעם חמץ - דער יצר הרע וואס ווערט אנגערופן 'שְׂאוֹר שֶׁבְּעִסָּה' (ברכות יז.).


פארגעס נישט אין די יעצטיגע פארנומענע טעג אריין צו כאפן אביסל תורה - בפרט א דף גמרא; געדענק וואס מען לערנט אין היכל הקודש - אריין כאפן תורה תפילה יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.