מכתב יומי

ד ניסן תשע"ח

March 20 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זאלסט זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "יְכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן; נאך האט דער רבי געזאגט (שם): "מִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען מען נעמט דעם רבינ'ס זאך ערענסט און מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים; עס עפענען זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען, און מען לעבט מיט תכלית.


ר' נתן זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "אינגערמאן, לערן אסאך ליקוטי מוהר"ן, ווייל צו א גוף וואס האט געלערנט ליקוטי מוהר"ן וועלן די ווערים נישט קומען".


אזוי אויך זע צו לערנען שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; און ר' נתן האט געזאגט אז ווען ער איז מקורב געווארן האט ער בעיקר פארשטאנען דעם רבי'ן פון זיינע שמועסן וכו'.


אויך מאך זיך א שיעור אין ספורי מעשיות. דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן כה) אז די מעשיות וועקן אויף א מענטש פון שלאף; אפילו איינער וואס שלאפט, ער דאווענט נישט און לערנט נישט, ער זינקט אין עבירות רחמנא לצלן - אויב וועט ער לערנען דעם הייליגן רבינ'ס מעשיות וועט עס אים דערוועקן פון שלאף, ער וועט פלוצלינג אנהייבן שרייען וואס דער שני למלך האט געזאגט ווען ער האט זיך דערוועקט נאך כמה וכמה שנים: "וואו בין איך אויף דער וועלט?"


אויך זאלסטו לערנען דעם ספר המידות; דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נפתלי אויפן ספר המדות: "מיין ליבער הארציגער חבר, אט דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


איינער וואס לערנט נישט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים האט נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן; חוץ לערנען איז אלעס נארישקייטן, ווער רעדט נאך פון זיך פארופן א "ברסלב'ער חסיד". ווייל מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן דער איז א ברסלב'ער חסיד, און דער וואס לערנט נישט די ספרים האט נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


איך דאנק אלע מיינע תלמידים וואס העלפן מיר באצאלן די איינגעשטעלטע ביי אונז אין די מוסדות; בפרט די אלע תלמידים וואס העלפן צוזאמנעמען 'קימחא דפסחא' און זיי פרובירן מיט וואס זיי קענען מיר ארויסהעלפן. זאלן זיי אלע זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח בשמחה ובטוב לבב, און מוהרא"ש זכרונו לברכה וועט זיכער פועל'ן פאר אונז אלע ישועות און רפואות.


איך מוז דיר דערציילן אן אינטערעסאנטע מעשה; א איד האט אנגערופן אהרן וועבערמאן נרו יאיר פרעגן צי ער העלפט די מוסד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, ווייל ער האט געהאט א חלום שבת נאכמיטאג אז ער קומט אריין צו מוהרא"ש אין צימער און מוהרא"ש ז"ל האלט אים פאר: "איך האב א מוסד אין וויליאמסבורג, פארוואס העלפסטו זיי נישט?" האט ער זיך אנגערופן אין חלום פאר מוהרא"ש: "איך גיי זיי געבן פינף הונדערט דאללער פאר פסח", האט אים מוהרא"ש געזאגט: "איך וויל פון דיר טויזענט דאללער"; פארציילט דער איד: "איך בין נישט קיין ברסלב'ער, איך האב סך הכל איין מאל געזען מוהרא"ש בחיים חיותו"; נאך שבת איז ער געגאנגען צו זיין דיין וואס האט אים געזאגט אז אויב דער חלום איז פארגעקומען בייטאג דארף ער דאס מקיים זיין.


מען קען הערן די דרשה וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געגעבן פסח שנת תשע"א לפרט קטן אין ישיבה; אינמיטן שיעור - ווען מוהרא"ש האט גערעדט פון די שיינע קהלה וואס מיר האבן דא אין וויליאמסבורג וכו' וכו' - האט זיך מוהרא"ש אנגערופן: "אבער איך מוז אייך זאגן אז איר האט א זאך וואס עס איז נישט דא אויף די גאנצע וועלט"; אלע האבן אריין געאטעמט, קיינער האט נישט געקענט טראכטן וואס מוהרא"ש גייט זאגן, און מוהרא"ש האט דאן געזאגט די ווערטער: "איר האט א חדר וואו מען לערנט מיט קליינע קינדער אמונה פשוטה און די קינדער וואקסן אויף מיט אמונה; יעדעס קינד דערציילט 'מעשיות פון תפילה', מען לערנט אויס די קינדער אז וואס זיי דארפן זאלן זיי בעטן פונעם אייבערשטן; דאס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט!" וואויל איז דער וואס האט א חלק און העלפט מיט וואס מען קען ארויס העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.