מכתב יומי
ד חשון תשפ"ז
October 15 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך - וועסטו ווערן געזונט און שטארק, סיי פיזיש און סיי גייסטיש, ווייל שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.
פריי זיך מיט דעם אז דו ביסט באשאפן געווארן מזרע ישראל און נישט פון די אומות העולם, פון די שמחה וועסטו נישט פאלן, די שמחה וועפּט נישט אויס, ווייל אפילו דו זאלסט זיך אנקוקן ווי דער ערגסטער און דער ווייטסטער מענטש - דארפסטו זיך נאכאלץ פרייען אז דו ביסט א איד און נישט א גוי; אזוי ווי עס איז גייט די מעשה (הובא בספר פרי צדיק חג השבועות, אות יג), דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה: "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.