מכתב יומי
ג חשון תשפ"ז
October 14 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קלאפ זיך נישט און צעברעך זיך נישט, ווייל אפילו מען זאל האבן געטון ביטערע עבירות - קען מען פאררעכטן און צוריק קומען צום אייבערשטן, אזוי ווי מיר זעען די וואך אין די פרשה שטארקע חיזוק אז אלע קענען תשובה טון; רש"י (בראשית ו, יד; דבור המתחיל עשה לך תיבת), ברענגט אראפ וואס די הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדת בראשית נח א, ב), פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט פאר נח צו בויען א תיבה, עס איז דא גענוג וועגן פארן אייבערשטן צו ראטעווען נח מיט די משפחה? נאר דער אייבערשטער האט געוואלט מענטשן זאלן תשובה טון, דער אייבערשטער האט געזאגט, אפשר ווען נח וועט בויען א תיבה פאר אזוי לאנג, פאר הונדערט און צוואנציג יאר - וועלן מענטשן תושבה טון; און דא רעדט מען פון די ערגסטע עבירות, למעשה האבן זיי נישט תשובה געטון; אבער פאר אונז איז דאס שטארקע חיזוק, אז מיר קענען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל, הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן - קען שטענדיג צוריקקומען צו אים, און נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריינגעכאפט ביים סמ"ך מ"ם און רייסט זיך ארויס פון דארט, ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - איז זייער חשוב אויבן אין הימל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.