מכתב יומי
ד ניסן תשע"ט
April 09 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ברוך דיין האמת.
נעכטן איז נפטר געווארן א תלמיד פון ישיבה, אונזער זיסער ליכטיגער חבר הבחור שמעון ענדצווייג עליו השלום. עס איז זייער א שווערע איבערלעבעניש פאר מיר און פאר אונז אלעמען.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קו.): "אֶחָד מִבְּנֵי חֲבוּרָה שֶׁמֵּת", ווען א חבר גייט אוועק פון די וועלט, "תִּדְאַג כָּל הַחֲבוּרָה כֻּלָּהּ", זאלן אלע חברים זיך מאכן א חשבון הנפש; מען זאל אריין טראכטן אז סוף כל סוף וועלן אלע דארפן אוועק גיין פון די וועלט, אלע וועלן מיר דארפן איבערלאזן די וועלט און דעמאלט וועט גארנישט נוצן, נאר די תורה, מצוות און מעשים טובים וואס מען האט זיך אנגעגרייט - דאס וועט איבערבלייבן.
די הלכה איז אז אום חודש ניסן איז מען נישט מספיד, מיט דעם אלעם האב איך געפרעגט א שאלה פון מיין טאטע שליט"א אז דער טאטע פונעם בחור בעט זייער שטארק איך זאל קומען זאגן אפאר ווערטער און ער זאל מיר פסק'ענען, האט מיר מיין טאטע שליט"א גע'פסק'נט אז איך זאל זאגן אפאר ווערטער. האב איך געזאגט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִין", וועם דער אייבערשטער האט ליב ברענגט ער אויף אים יסורים; דאס איז געווען מיט אונזער טייערער חבר שמעון עליו השלום. כל ימיו האט ער זיך געפייניגט מיט יסורים, ער האט זיך נישט געקענט רירן און איז געזעצן געלעמט, מיט דעם אלעם איז ער געזעצן און געלערנט א גאנצן טאג. נאך זאגן חז"ל (שם) איין מאן דאמר זאגט: "אֵלּוּ הֵם יִסּוּרִין שֶׁל אַהֲבָה? כָּל שֶׁאֵין בָּהֶן בִּטוּל תּוֹרָה", וואס איז יסורים של אהבה? אויב א מענטש האט יסורים און ער לערנט ווייטער די הייליגע תורה, "וְחַד אָמַר, אֵלּוּ הֵם יִסּוּרִין שֶׁל אַהֲבָה? כָּל שֶׁאֵין בָּהֶן בִּיטוּל תְּפִלָּה", און א צווייטער מאן דאמר זאגט אויב מען איז נישט מבטל קיין תפילה.
דאס האבן מיר געזען שטענדיג ביי אונזער באליבטער שמעון עליו השלום. ער איז געזעצן און געלערנט שעות אויף שעות און ער האט זוכה געווען צו ענדיגן כמעט כל התורה כולה - אנגעהויבן מיט חמשה חומשי תורה, נביאים וכתובים, ששה סדרי משנה וואס ער האט מסיים געווען אכציג מאל בלי גוזמא, ער האט מסיים געווען צוויי מאל ש"ס - תלמוד בבלי און אויך ירושלמי; מסכתא תענית האט ער באזונדער געלערנט אן אויפהער, ער האט דאס מסיים געווען קרוב צו הונדערט מאל; ער האט מסיים געווען תוספתא, שלחן ערוך, זוהר הקדוש, מדרש, אלע רבינ'ס ספרים און נאך אסאך, דאס איז א סימן פון יסורים של אהבה וואס דאס איז מכפר אויף אלעמען.
אויך פלעגט ער דאווענען מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש; ער פלעגט וויינען יעדע שמונה עשרה ביי ברכת רפאנו וואו ער פלעגט זיך אפשטעלן און זיך דערביי מתבודד זיין; אסאך מאל פלעגט ער זיצן מיט די תפילין ביז אינמיטן טאג אריין וויינען ביי די ברכה פון רפאנו.
אזוי אויך האבן מיר דערמאנט נעכטן ביי די הספד וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כב:) אז ווען דער הונקעדיגער פרעה האט געשאסן דעם אידישן קעניג יאשיהו המלך, שטייט (דברי הימים-ב לה, כג): "וַיֹּרוּ הַיֹּרִים לַמֶּלֶךְ יֹאשִׁיָּהוּ, וַיֹּאמֶר הַמֶּלֶךְ לַעֲבָדָיו הַעֲבִירוּנִי כִּי הָחֳלֵיתִי מְאֹד", מען האט אים געשאסן אזויפיל מאל ביז ער איז געווארן געלעכערט ווי א זיפ; בשעת ער איז אויסגעגאנגען האט מען געזען ווי זיינע ליפן שאקלען זיך, האט ירמיהו הנביא געמיינט: "שֶׁמָּא חַס וְשָׁלוֹם מִילְתָא דְּלֹא מְהַגְנָא אָמַר אַגַּב צַעֲרֵיהּ", אפשר פון גרויס צער רעדט ער חס ושלום אנטקעגן די אמונה, "גָּחִין", האט ירמיהו הנביא זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער רעדט, "וְשַׁמְעֵיהּ דְּקָא מַצְדִּיק עֲלֵיהּ דִּינָא אֲנַפְשֵׁיהּ", האט ער געהערט ווי ער נעמט אן זיינע יסורים מיט ליבשאפט און זאגט דעם פסוק (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה', כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלעס וואס ער טוט מיט מיר, ווייל איך האב אים נישט געפאלגט. "פָּתַח עֲלֵיהּ הַהִיא שַׁעְתָּא", האט ירמיהו הנביא געזאגט אויף אים דעם פסוק (איכה ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה' נִלְכַּד בִּשְׁחִיתוֹתָם", דער משיח פונעם אייבערשטן איז נפטר געווארן.
לכאורה, פארוואס האט ירמיהו הנביא געגעבן פאר יאשיהו המלך דעם טיטל פון 'משיח ה'? נאר ווען מען זעט א מענטש ליגט מיט יסורים, ער איז געלעכערט ווי א זיפ רחמנא לצלן, פול מיט יסיורים און האט נישט קיין קשיות אויפן באשעפער - דער איז משיח און דאס וועט משיח אין אונז אריין ברענגען. דאס איז געווען אונזער טייערער זיסער שמעון עליו השלום; אפילו ער איז געלעגן געלעכערט ווי א זיפ, ער האט זיך נישט געקענט רירן קיין איין אבר, דאך האט ער זיך נישט פארלוירן נאר שטענדיג מצדיק געווען אויף זיך דעם דין; ער פלעגט שטענדיג זאגן: "ברוך ה'"! ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס הערט זיך?" האט ער אלעמאל געזאגט: "ברוך ה'".
בעט איך דיר טייערער ליבער חבר, יעצט ווען אונזער טייערער, זיסער, ליכטיגער חבר שמעי עליו השלום איז אוועק פון די וועלט זאגן אונז חז"ל (שבת קו.) איז א צייט פון: "תִּדְאַג כָּל הַחֲבוּרָה כֻּלָּהּ", זאלן אלע חברים זיך מאכן א חשבון הנפש.
לאמיר זיך מאכן א חשבון הנפש און קוקן וואס מיר וועלן מיט נעמען; געב א קוק וואס שמעי עליו השלום האט מיט גענומען מיט זיך, א גאנצע ספרים שאנק. אים איז יעצט גוט און פיין, ער האט וואס צו עסן יעצט ווייל ער איז אנגעפילט מיט משניות. ער האט זיך נישט געלאזט נארן און ער גייט גלייך אריין אין 'גן עדן', אזוי ווי דער חיד"א זכר צדיק לברכה ברענגט בשם ספר מדרש תלפיות: "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם"; ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהינום, הייבט דער מענטש אן שרייען צו אלע צדיקים, ער שרייט: "אברהם אבינו ראטעווע מיר", "יצחק אבינו ראטעווע מיר", "יעקב אבינו ראטעוווע מיר", און קיינער עטנפערט אים נישט, נאכדעם שרייט ער: "ראובן", "שמעון", "לוי", ביז ער קומט אן צו אשר בן יעקב; אשר פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב ענטפערט ער 'יא', נעמט ער אים אריין אין גן עדן. טייטשט מיט דעם דער חיד"א דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אז אשר בן יעקב זעט אז א מענטש האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער אים געבן גן עדן; שמעי עליו השלום גייט גלייך אריין אין גן עדן, דאס דארף אונז געבן א קיצל, דאס דארף אונז אויפוועקן פון אונזער שלאף מיר זאלן זיך אנגרייטן פאר דעם טאג.
איך בין זייער טרוד יעצט ערב יום טוב מיט די הכנות פאר יום טוב דערפאר דארף איך מקצר זיין, איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן אן אנדערע מאל.