מכתב יומי

ג ניסן תשע"ט

April 08 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת טהרה, ג' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז דו האסט נישט קיין געלט פאר יום טוב זאלסטו גיין נאך געלט, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רנג, סעיף ב) אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין קלייבן צדקה פאר זיך; מוהרא"ש האט אונז שטענדיג מחזק געווען און געגעבן די שכל אז עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, א בושה איז צו זיין א בעל חוב, און אז מען איז שולדיג געלט און מען באצאלט נישט איז מען א: "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם (תהלים לז, כא)".


אז מען זעט אז מען קען נישט דעקן די חודש'ליכע הוצאות, בפרט יעצט ווען עס קומט יום טוב פסח ווען מען דארף האבן געלט אויף יום טוב פאר מצות, וויין, ד' כוסות, פיש און פלייש, קליידער פאר די גאנצע משפחה; און קוים וואס דו קענסט דעקן יעדע וואך, נעם די עצה פון מוהרא"ש און גיי נאך געלט.


ווען מען גייט נאך געלט דארף מען נישט ווערן א נצרך לבריות נאכלויפנדיג עשירים וכו', נאר מען גייט ארום אין שול'ן, ביי חתונות און אין הייזער און מען זאגט: "צדקה פאר א ארימע משפחה לכבוד פסח"; אז יענער געבט איז גוט און אז נישט איז נאך בעסער; דאס איז די ריכטיגע וועג צו גיין נאך געלט.


איך זאג דיר עס נאכאמאל אז עס זאל דיר אריין גיין אין דיין מח: "עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט אויסצוהאלטן די משפחה וכו', א בושה איז צו זיין א גנב; צו נוצן קרעדיט קארד'ס וואס איז אנגעזעצט פון קאפ ביז פיס".


יעדער איד דארף עוסק זיין אין צדקה; ממה נפשך אדער גייט מען פאר די אייגענע ווייב און קינדער אדער פאר יענעמ'ס משפחה. אז דו האסט שפע און דו דארפסט נישט גיין נאך געלט פאר דיר זאלסטו גיין נאך געלט פאר א צווייטן איד, העלף די מוסד וואס העלפסט דיר און געבט דיר לעבן וכו'. ר' לוי יצחק זכרונו לברכה האט פארציילט פאר מוהרא"ש אז אין אומאן ווען מען פלעגט ארומגיין נאך געלט פאר קמחא דפסחא, ווען איינער האט געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט צו געבן, האט מען אים גלייך פארשריבן אויף די ליסט פון די מענטשן וואס מען דארף זיי געבן קמחא דפסחא, און ווען יענער האט געזאגט: "איך בין נישט קיין נצרך", האט מען אים געזאגט: "אדער געבסטו אדער נעמסטו". דאס זעלבע זאג איך דיר, "אדער פאר דיר, אדער פאר די ישיבה"; "אדער געבסטו, אדער נעמסטו".


עס קומט יעצט פסח און מיר דארפן באצאלן פאר די מלמדים, טיטשערס און אלע איינגעשטעלטע וואס ארבעטן אזוי געטריי און אזוי איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער; פון שכר לימוד קענען מיר נישט דעקן אפילו א פערטל וכו', אפילו ווען אלע עלטערן זאלן ווען צאלן שכר לימוד וואלטן מיר אויך נישט געקענט דעקן די הוצאות, כל שכן אז נישט יעדער צאלט און מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט א תקנה פאר מיר אז איך טאר נישט קוקן צי די עלטערן צאלן יא צי זיי צאלן נישט; אזוי ווי די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט. דער הייליגער רבי מסאטמאר זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז מען טאר נישט אהיים שיקן א קינד אויב מען צאלט נישט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים פא.): "הִזָּהֲרוּ בִּבְנֵי עֲנִיִּים, שֶׁמֵּהֶן תֵּצֵא תּוֹרָה".


איך בין נעכטן ארויסגעפארן קוקן א פלאץ צו קויפן א קעמפ פאר אונזערע קינדער; די מוסד וואקסט ברוך ה' זייער שטארק און מיר האבן שוין נישט קיין פלאץ פאר די אינגלעך, מיידלעך און בחורים אין איין קעמפ, מיר דארפן שוין טראכטן פון צעטיילן. איך גיי דעריבער אריין אין שווערע חובות, בעט איך דיר דו זאלסט מיר העלפן.


איך בין אויך אריין געגאנגען אין דעם קעמפ וואו מיר זענען געווען פאריאר און מיר גייען צוריק דארט, און איך בין געווארן זייער איבערגענומען; עס איז מיר געקומען טרערן פון פרייד צו זען די פלאץ וואו מיר האבן פארברענגט צען וואכן פאר יאר און צען וואכן פאר צוויי יאר צוריק מיט קדושה, מיט אמונה און מיט ריינקייט. איך האב זיך דערמאנט אין די דיבורים וואס מיר רעדן אין קעמפ טאג און נאכט, נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער; מָה אָשִׁיב לה', כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי, אז מיר ווייסן פון רבי'ן און פון אזעלכע עצות.


א גרינגע ערב יום טוב.