מכתב יומי
ד ניסן תשפ"ו
March 22 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קוק נישט אויף אנדערע, אלע צרות קומט פון קוקן אויף אנדערע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס האט קנאה, ער איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף א נפטר, אז אויב א מענטש האט נישט געהאט קיין קנאה, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; אז א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' ווען דער גאנצער יענער איז נעבעך צעבראכן אויף שברי שברים, עס זעט נאר אויס פון אינדרויסן אז יענער לעבט, און אפילו יענער זאל יא האבן א גוט לעבן - דארף מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן, ווייל אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די ווייב, די קינדער, און די סארט שטוב וכו' וכו' - דארף איך גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.
דאנק דעם אייבערשטן אויף וואס דו האסט - וועסטו נישט דארפן קרעכצן, מוהרנ"ת זאגט: "ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער כביכול אין הימל פאר די מלאכים: 'קוקט דעם מענטש, ער דאנקט מיר און ער לויבט מיר, איך וועל אים געבן אזויפיל גוטס, אסאך מער וויפיל ער האט, אסאך מער וויפיל עס קומט אים, ער זאל מיר נאך מער דאנקען'".
קענסט מיר נאך העלפן פאר יום טוב, איך בין אנגעוויזן אויף דיין הילף, איך קען נישט גיין צום סדר ווען איך בין שולדיג פאר מיינע ארבעטער, דו קענסט מיר העלפן מאכן גרינגער, פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.
אויך זאלסטו איינקויפן לכבוד יום טוב ביי אנשי שלומינו, דאס איז די גרעסטע צדקה, דאס איז צדקה בדרך כבוד.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.