מכתב יומי
ה ניסן תשפ"ו
March 23 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זע מען זאל גיין ביי דיר אין שטוב איידל און הייליג, לויב אויס דיין ווייב מיט איר צניעות. אז די פרוי מיט די טעכטער גייען אנגעטון איידל - רוט די שכינה אין שטוב, און חס ושלום אויב עס איז נישטא קיין צניעות - פאטרייבט מען די שכינה. אזוי ווי עס שטייט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", 'דורך פריצות, דורך זיך נישט פירן איידל, דורך גיין אנגעטון נישט איידל - פארטרייבט מען מיך'; און זיכער ווען עס קומט אזעלכע הייליגע יום טוב טעג וואס דער זוהר זאגט אז די שכינה מיט אלע מלאכים קומען אין שטוב ביים סדר נאכט, זאלן אלע גיין אנגעטון איידל און הייליג נישט צו פארטרייבן די שכינה.
אז דיין ווייב פרעגט דיר אויף א קלייד פאר די טעכטער און פאר זיך אויב דאס איז גוט און שיין, אויב דו זעסט אז דאס איז נישט דאס מערסטע איידל - זאלסטו זאגן, און אז דו ווייסט נישט - זאלסטו איר מחזק זיין צו פרעגן די מאמע; זיי נישט מקיל אין די זאכן, ווייל ווער עס איז מקיל אין די זאכן - איז מקיל מיט זיין לעבן, ווייל אן צניעות - איז גארנישט דא, די דורות האלטן זיך נאר אז מען פירט זיך איידל.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך בין איבערגעשטרענגט פון שאפן געלט צו באצאלן מיינע און דיינע ארבעטערס; די מלמדים, די טיטשערס, די אפיס פון אונזערע קינדער אין תלמוד תורה און בית פיגא. קענסט מיר נאך העלפן איך זאל קענען גיין צום סדר און האבן אויסגעצאלט אלע מלמדים און טיטשערס וכו'; פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.