מכתב יומי

ד תשרי תשפ

October 03 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ד' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר; ברוך השם אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, דארפן מיר זיין זייער פרייליך.


לכבוד דעם נייעם יאר ווען אלע זוכן גוטע קבלות מיט וואס אנצוהייבן דעם יאר, זאלסטו זיך מקבל זיין צו עוסק זיין אין "הפצה" - פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט. קוק נישט אויף דעם וואס דו ביסט נישט מסודר אין לעבן און דו דארפסט זיך נאך פאררעכטן, ווייל מיט דעם וואס דו וועסט צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו דעם גרעסטן תיקון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל מתקן זיין וואס ער האט געזינדיגט, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


לייג אוועק אלע בלבולים וכו'; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט): עס איז זייער א גרויסע מדריגה אז א איד זאל טראכטן: 'אויב איך קען נישט זיין אן ערליכער איד זאל כאטש א צווייטער זיין אן ערליכער איד'; קוק נישט ווער דו ביסט און וואס דו טוסט וכו' וכו', טראכט ענדערש פון אן אנדערן איד: 'ווי אזוי קען איך העלפן נאך א איד ער זאל וויסן פון די זיסע עצות פון רבי'ן?'


היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז איך וועל זיין בכח צו געבן א שיעור דעם קומענדיגן וואך מאנטאג - ערב יום הקדוש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת וילך, ד' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


גיי א טענצל יעדן טאג אויף דעם וואס דער אייבערשטער האט אונז באשאפן אלץ אידן, בפרט ווען דער יצר הרע קומט פארדרייען דעם קאפ מיט אלע סארט מחשבות ובלבולים; דעמאלט איז די עצה צו זינגען און טאנצן פרייליכע ניגונים, דורכדעם ווערט מען ניצול פון אים.


מאך זיך א שיעור אין "ספר אשר בנחל", דארט וועסטו האבן חיזוק אין אלע דיינע מצבים, אין אלע דיינע שווערע מינוטן וועסטו זיך קענען דערהאלטן מיט דעם ספר, עס וועט דיר נישט לאזן פאלן און עס וועט דיר צוריק ברענגען צום דרך הישר.


איך האף אז דו האסט אריין גענומען אין דיר די תקיעת שופר דרשות פון ביידע טעג; דו האסט ארויסגענומען פון דיין הארץ אלע שלעכט'ס אויף א צווייטן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו א שנת מחילה, דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין אויף אלע דיינע זינד.


ראש השנה ביי די שיעורים האבן מיר אסאך גערעדט פון זיך נישט פיינט האבן און בייסן איינער דעם צווייטן, נאר זיך פארגינען איינער דעם צווייטן; דאס מיינט נישט צו זאגן אז איך מוז טון וואס יענער טוט, איך מוז טראכטן ווי יענעם און איך מוז לעבן מיט יענעם, נישט דאס מיינט שלום - אז מען טוט וואס יענער טוט, שלום מיינט אז מען האט זיך נישט פיינט, נאר יעדער זאל טראכטן ווי אזוי ער וויל און נאכדעם קומען מיר אלע צום רבי'ן.


אז מיר וועלן זיך האלטן צוזאמען מיט ליבשאפט וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח וועט קומען בזכות איין שול וואו מען וועט זיך האלטן בשלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.