מכתב יומי

ג תשרי תשפ

October 02 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מה אשיב לה' כל תגמילוהי עלי! איך האב זוכה געווען צו זיין נאך א יאר ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה, איך בין היינט צוריק געקומען פון אומאן וואו מיר האבן געהאט א הערליכע ראש השנה.


וויפיל איך וועל דיר שרייבן קען איך נישט ארויסברענגען מיינע געפילן פון דעם הערליכן ראש השנה; מיין הארץ איז איבערגעפולט מיט גוטע געפילן וואס דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן אז מיר האבן געהאט א הערליכער קיבוץ תלמידי היכל הקודש. דאס דאווענען איז געווען הערליך שיין, די סעודות זענען געווען זייער געשמאק, די סביבה איז געווען א ריינע, און אלע דיבורים און שמועסן פון די אינגעלייט און בחורים איז נאר געווען פון רבי'ן און פון זיינע עצות.


איך בין זייער אפגעמאטערט פון די נסיעה; איך וועל דיר נאך שרייבן.


מארגן וועט נישט פארקומען דעם וועכנטליכן שיעור; איך האף אז איך וועל זיין בכח צו געבן א שיעור דעם קומענדיגן וואך מאנטאג - ערב יום הקדוש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.