מכתב יומי
ד תשרי תשפ"ז
September 15 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם יתברך מיר זענען געווען ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה; איך בין אהיים געקומען נעכטן שפעט ביינאכט, איך בין נאך אפגעמאטערט פון די לאנגע וועג, איך וויל דיר נאר בעטן דו זאלסט מאכן אביסל התבודדות, בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע אידן, מיר זאלן זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת.
זיי יעדן מוחל וועט מען דיך אויך מוחל זיין, ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט אנדערע - אזוי פירט מען זיך פון הימל מיט אים; מיר אלע ווארטן יעצט מען זאל אונז פארזיגלען א גוט יאר, דארפן מיר טון עפעס ארויס פון אונזער וועג, אזוי וועט מען מיט אונז אויך ארויסגיין פון וועג און אונז פארשרייבן און פארזיגלען א גוט יאר. ווייל מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (ויקרא רבה לד, יד), אמאל איז געווען א טריקעניש, איז מען געקומען צום צדיק דער הייליגער אמורא רבי תנחומא ער זאל עפעס טון אז מען זאל נישט שטארבן פון הונגער, האט דער צדיק געזאגט מען זאל עוסק זיין אין צדקה און גמילות חסד, דאס וועט צעברעכן די גזירה. דארט איז געווען א איד וואס איז ארויס פון שטוב מיט די גוטע כוונה צו טון חסד און ער האט אנגעטראפן זיין געוועזענע ווייב וואס ער האט זיך פון איר נישט לאנג צוריק גע'גט, און זי האט אויסגעקוקט זייער שרעקליך, צעריסן און צעשליסן, זי האט געוויינט און אים געבעטן: "טו מיט מיר א צדקה, געב מיר עפעס געלט, ווייל פון ווען דו האסט מיך גע'גט - לייד איך זייער", און דער איד האט איר געגעבן צדקה; דאס איז א זאך וואס די שכל פון א מענטש קען נישט נעמען, אז א מענטש זאל געבן צדקה פאר זיין גרושה, און דאס האט געמאכט אז מענטשן זאלן טראכטן אז דער מענטש האט אינזין פאר אן עבירה, איז מען דאס געגאנגען דערציילן פארן צדיק רבי תנחומא, און דער צדיק האט אים גערופן און אים געפרעגט: "וואס איז געווען די מעשה? עס זעט אויס ווי דו טוסט עבירות", האט דער איד געזאגט: "רבי איך טו נישט קיין עבירות, איך האב געהערט אז דער רבי האט געזאגט יעדער זאל נעמען אויף זיך צו טון חסד און צדקה און אזוי וועלן מיר צעברעכן די גזירה, און ווען איך בין געגאנגען אין גאס זוכן מיט וועם איך קען מאכן א צדקה האב איך איר געפונען, און זי איז מיר געקומען בעטן איך זאל רחמנות האבן אויף איר, און איך האב געטון מיט איר צדקה"; ווען דער צדיק רבי תנחומא האט דאס געהערט האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט: "רבונו של עולם, מה דאך א מענטש וואס האט א נאטור פון זיך נישט דערבארעמען אויף אנדערע, און זיכער נישט ווען עס האנדלט זיך מיט אזא פאסירונג - דאך האט ער זיך געשטארקט אויף זיין נאטור און געטון די צדקה וחסד, איז דאך זיכער ביי דיר רבונו של עולם, וואס דו ביסט דאך דער בעל הרחמים און מיר זענען דיינע קינדער - האב אויף אונז רחמנות און געב אונז רעגן, מיר זאלן האבן וואס צו עסן"; און עס האט גלייך אנגעהויבן גיין א רעגן און עס איז געווארן אויס הונגער.
זעט מען פון דעם אז מען קען אראפנעמען פון זיך די גרעסטע דינים און שלעכטע גזירות דורך טון חסד מיט יעדן איינעם, און דורך מוחל זיין אלעמען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.