מכתב יומי
כו אלול תשפ"ו
September 08 2026
‹ ›פרישע בריוו פון היינט
בעזרת ה' יתברך - יום ג' שבוע שחל בו ראש השנה, כ"ו אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געב זיך אכטונג אויפן וועג נישט נכשל צו ווערן מיט קוקן שלעכטע זאכן, גיי מיט ערליכע חברים, און אין עירפארט זאלסטו נישט גיין אין די געשעפטן זוכן מציאות, ווייל איין שלעכטע קוק איז מער ווערד ווי אלע מציאות, מען קען מיט איין שלעכטע קוק פארלירן אזויפיל קדושה וטהרה.
די נסיעות וואס מיר פארן צום רבי'ן, מען פארט פון איין לאנד צום צווייטן לאנד, בפרט די לעצטע יארן אין די צייט פון מלחמה, ווען מען שלעפט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן - דאס אזי נישט קיין פשוט'ע זאכן, מען איז מתקן אונטערוועגנס נשמות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פה), אפילו א פשוט'ע מענטש וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען איז מתקן זאכן, אויב געבט ער זיך אכטונג אונטערוועגנס נישט צו טון עבירות - איז ער איבעראל וואו ער גייט - מתקן נשמות.
פאק זיך איין א זעקל ספרים, א משניות, א תהלים, ספרי רבינו וכדומה, אז דו זאלסט האבן אונטעוועגנס מיט וואס זיך צו מחיה זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.