מכתב יומי
ה אדר תשפ
March 01 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בענק זיך זייער נאך דיר; איך האף אז דו לעבסט נאך מיט'ן רבי'ן אזוי ווי אמאל, געלויבט דעם אייבערשטן ביי אונז טליעט נאך דעם רבינ'ס פייער'ל; אין ישיבה איז דא ווארעמע דיבורים פון רבי'ן.
דעם שבת איז געווען א שיינע שבת ברוך ה'; שבת אינדערפרי האבן מיר פארגעלערנט אין ספר פעלת הצדיק ווי דער רבי האט געגעבן פאר רבי נתן א צעטל אפגעשריבן שמות ער זאל עס טראגן צו איינע פון די תלמידים - רבי יושע מזורין (סימן תקפט); דער רבי האט געזען ברוח הקודש אז ער גייט שוין נפטר ווערן, האט אים דער רבי געשריבן א צעטל מיט שמות ער זאל זיך דאס איינ'חזר'ן, וועט אים דאס זיין א גרויסע טובה אויבן אין הימל וכו'. ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געטראכט צו זיך: 'איך וועל זיך גוט איינ'חזר'ן די שמות כדי איך זאל דאס וויסן פאר מיר, איך זאל אויך קענען קומען צום רבי'ן נאך מיין פטירה', און אזוי האט ער טאקע געטון, א גאנצע וועג האט ער זיך איינגע'חזר'ט די שמות, אבער ווען ער איז צוריק געקומען און ער איז אריין צום רבי'ן האט ער פלוצלינג אלעס פארגעסן, רבי נתן האט געהאט גרויס חלישות הדעת דערפון, האט אים דער רבי געזאגט בזה הלשון: "דו דארפסט דאס נישט, ווייל דו ביסט שטענדיג ביי מיר".
מיר האבן ארויס גענומען פון די מעשה דאס גרויסקייט פון לעבן שטענדיג מיט'ן רבי'ן און עוסק זיין שטענדיג אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ווערטער; דורכדעם וועלן מיר נישט דארפן האבן קיין אנדערע סגולות פאר יענע וועלט, מיר וועלן זיין מקושר צום רבי'ן אזוי ווי מיר זענען יעצט צוגעבינדן.
ביי שלש סעודות האבן מיר זיך מורא'דיג מחזק געווען מיט די שיחה (חיי מוהר"ן, סימן תקצב) אז איינער האט זיך באקלאגט פאר'ן רבי'ן אז ער וויל זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים זייער שווער; האט אים דער רבי געפרעגט: "ווילסטו אבער וועלן?" און דער רבי האט אים מחזק געווען ער זאל נישט אפלאזן זיין ווילן; ווייל אז מען וויל זיין אן ערליכער איד - דאס אליינס איז א גרויסע זאך, און אז מען וויל, מען לאזט נישט אפ דעם ווילן וועט מען ביים סוף זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.
דער אייבערשטער האט געהאלפן עס איז געווען ווארעמע דיבורים, מען האט געשפירט דעם רבי'ן; מען האט זיך זייער געשטארקט מיט די שיחה פון רבי'ן, אז מען זאל נישט אויפגעבן דעם ווילן. אפילו מען זעט אז עס גייט אריבער אזויפיל טעג, וואכן און יארן און מען איז נאך אלץ נישט זוכה צו זיין ערליך, דאך זאל מען ווייטער וועלן און ווייטער בענקען און האפן, מען זאל ווייטער זינגען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך בענק צו דיר; הייליגער באשעפער איך וויל זיין מיט דיר".
וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט דעם; ער דערציילט דעם אייבערשטן זיין הארץ און זיין ווילן, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.