מכתב יומי

ו אדר תשפ

March 02 2020

[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


אז דו האסט נישט קיין ארבעט איז דאס נישט קיין תירוץ נישט אהיים צו ברענגען געלט; דו האסט אונטער געשריבן ביי די חופה אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דעריבער דארפסטו טון אלעס אויף די וועלט צו שפייזן דיין ווייב און קינדער.


די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבער'ן קאפ. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג אנזאגן אז דאס ערשטע פלאץ וואו די געלט דארף גיין איז פאר רענט; רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען. נאכדעם דארף מען צאלן לעקטער, געז, גראסערי וכו' וכו', אז דו האסט נישט קיין פרנסה מעגסטו על פי הלכה גיין נאך געלט, מען קען נישט זיצן אין שטוב און זאגן: "איך האב נישט קיין פרנסה"; מען מוז ברענגען געלט פון אונטער דער ערד.


על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אויב מען האט נישט קיין געלט קען מען גיין נאך געלט פאר זיך אליינס; פארשטייט זיך אז אין שטוב איז נישט כדאי צו זאגן אז מען גייט נאך געלט פאר זיך, מען זאגט: "איך גיי נאך געלט פאר א משפחה וואס האט נישט אויף שבת".


איך וועל דיר נאכאמאל דערמאנען דעם סיפור וואס מוהרא"ש האט אונז דערציילט, אפילו איך האב דיר עס שוין געשריבן כמה פעמים, ווייל יעצט ווען דו ביסט גוט געדרוקט וועט עס דיר גוט מחזק זיין. מוהרא"ש האט דערציילט, אין ירושלים איז געווען א גרויסער ערליכער איד ר' בנציון יאדלער זכרונו לברכה ער איז געווען א מגיד און ער פלעגט ארום גיין האלטן דרשות; איינמאל קומט צו אים א איד און הויבט אן וויינען אז ער האט נישט קיין פרנסה און די קינדער וויינען פאר ברויט וכו' וכו', זאגט אים ר' בנציון: "דו האסט דאך א רייכע טאטע, בעט אים ער זאל דיר העלפן און רחמנות האבן אויף דיר". זאגט אים דער איד: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט אויך קוים קוים פאר זיך צו לעבן!" זאגט אים ר' בנציון: "נישט די טאטע מיין איך, איך מיין דיין טאטע אין הימל, דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


פארשטיי גוט און גיי צו דיין רייכע טאטע, בעט אים: "רייכער טאטע, העלף מיר, רייכער טאטע האב רחמנות אויף מיר, רייכער טאטע איך האלט מער נישט אויס", וועסטו זען ניסים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'.


אם ירצה ה' דעם קומענדיגן שבת - פרשת תצוה (זכור) ענדיגן מיר מסכת ברכות; אייער מאן נרו יאיר לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא, ער גייט אויך מסיים זיין דעם שבת מסכת ברכות, וואלט געווען א גוטע זאך איר זאלט אים מאכן א שיינע סעודה לכבוד די סיום, דאס וועט אים זייער מחזק זיין, עס וועט אים געבן א גוטע שטופ אנצוהויבן דעם קומענדיגן זונטאג מסכת שבת.


מיט חכמה קען מען אויפהייבן דעם מאן זייער הויך; א קלוגע פרוי ווייסט ווי אזוי צו מאכן איר מאן זאל זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי און זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט מורא'דיגע כוחות, זי קען איבער דרייען איר מאן אים מחזק זיין און אים אויפהייבן.


וואויל איז פאר די פרוי וואס האלט טייער איר מאן וואס לערנט תורה, וועט זי זוכה זיין צו שיינע דורות.