מכתב יומי
ה אדר תשפ"ו
February 22 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס קומט שוין פורים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עד; לקוטי הלכות ברכות הריח הלכה ד, אות כה), אלע התחלות היינט זענען פון פורים; ווייל מען קען זיך נאר באנייען אויב מען איז פרייליך, דורך שמחה קען מען אנקומען צו די העכסטע מדריגות, דערפאר האט דער הייליגער רבי אזויפיל גערעדט צו אונז פון זיין פרייליך, ווייל דאס עפנט אויף אלע היכלות, מען קומט צו די העכסטע פלעצער.
עס איז נאך דא א וואך צו פורים, לערן דורך מסכת מגילה אפילו בגירסא, עס איז גאר אנדערש די פורים און די קריאת המגילה נאכן לערנען מסכת מגילה, מען הייבט אן זען אז עס איז גארנישט דא, נישט דא קיין טבע, נישטא קיין מקרה, נישטא קיין מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער, און עס איז דא נאר איין עצה, תפילה; טון וואס מרדכי הצדיק ואסתר המלכה האבן געטון, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן און זיי האבן אריינגעברענגט אין אידישע קינדער אז אין יעדע צרה זאל מען וויסן אז עס איז דא נאר די איין עצה פון שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל העלפן.
די נס פורים איז גאר אנדערש פון אלע אנדערע ניסים; די ניסים אין מצרים, די מכות, קריאת ים סוף, אזוי אויך די ניסים ביי מתן תורה, און שפעטער ביי יהושע בן נון וואס האט אפגעשטעלט די זון, דניאל אין לייבן גרוב, חנניא מישאל ועזרי' אין קאלעך אויוון – די אלע זאכן זענען געווען ארויס פון די טבע, און עס איז געווען אין יענע צייט; אנדערש איז די נס פון פורים, וואס אלעס איז געווען אין די טבע, א לאנגע מעשה, פון אנהייב ביזן סוף, אלעס זעט אויס טבע, אחשורוש, ושתי, אסתר, און גרויס מאכן המן וכו' וכו', און אז מען קוקט זיך גוט צו זעט מען אז אלעס איז השגחתו יתברך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.