מכתב יומי
ה אייר תשע"ט
May 10 2019
‹ ›[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת פרשת קדושים, ה' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ווארף נישט קיין פחד אויף דיין ווייב און קינדער; קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "כל המטיל אימה יתירה בתוך ביתו", ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב און קינדער, "סוף הוא בא לידי שלש עבירות גילוי עריות ושפיכות דמים וחילול שבת", וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת; בכלל דארפסטו וויסן אז מיט גוטנס וועסטו אנקומען בעסער און גרינגער.
בעט זיך איבער מיט דיין ווייב נאך פאר שבת; גיי נישט אריין אינעם שבת צוקריגטערהייט, עס וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט איר איבערבעטן, דו וועסט נישט זיין ווייניגער געלונגען וכו' וכו'.
בעט דיין ווייב אויב זי קען מיר טון די טובה און רופן אלע אירע משפחה און חבר'טעס צו די פארטי. די מוסד טוט פאר דיר א גאנץ יאר יעדן טאג, מיר זיצן מיט דיינע קינדער - מעגסטו ארויסגיין פון וועג און רופן דיינע פריינד און באקאנטע צו העלפן די מוסד וואס געבט דיר לעבן און לעבן פאר דיינע קינדער.
מיר איז אויך שווער מיט די קינדער, איך קען ווען נעמען די גרינגע וועג און יעדע מאל מיר מוטשענען זיך מיט א (דיין) קינד דיר אראפ רופן און מאכן א מיטינג מיט דיר און דיין ווייב און אייך שיקן אויף טערעפי וכל השימות הנרדפים, מיר טוען דאס נישט נאר מיר ארבעטן זייער זייער שווער מיט די (דיינע) קינדער; בעט איך דיר גיי ארויס פון דיין וועג און העלף אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה.
איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר דאס איבער נאך היינט פאר שבת.
א גוט שבת!
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת פרשת קדושים, ה' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך בעט אייך זייער אויב איר קענט אנטייל נעמען אין די יערליכע פארטי וואס מיר מאכן פאר די מוסד. דעם זונטאג וועט אם ירצה ה' פארקומען די יערליכע פארטי אין ישיבה, בעט איך אייך איר זאלט רופן אייערע באקאנטע און משפחה צו אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין אין די מצוה פון אויסהאלטן די מוסד וואס געבט אונז חיות און לעבן - פאר אונז און פאר אונזערע קינדער.
טוט מיר א טובה, הייבט אויף דעם טעלעפאן און רופט אייערע באקאנטע זיי זאלן קומען לכבוד אייך, לכבוד אייער מאן און לכבוד אייערע קינדער.
אין דעם זכות זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און מיר זאלן זוכה זיין צו אויפשטעלן א דור פון ערליכע אידן, אידן וואס לעבן מיטן אייבערשטן און פירן זיך מיט די תורה.
א גוט שבת.