מכתב יומי

ד אייר תשע"ט

May 09 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות און לייג זיך אריין אין די אמונה צו גלייבן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, אלעס איז בהשגחה און אלעס איז מיט א חשבון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צוקלאפן זיין פינגער. אזוי איז אויך לגבי פרנסה, קינדער און מיט יעדע זאך, אלעס קומט פונעם אייבערשטן. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די ידיעה און ער לעבט מיט אמונה, גייט אים אלעס גאר אנדערש. ער ווייסט אז קיינער קען אים גארנישט טון; קיינער קען אים נישט שלעכטס טון און קיינער קען אים נישט גוטס טון, נאר אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן.


דאס איז דער עיקר פארוואס מיר זענען באשאפן געווארן, כדי מיר זאלן מכיר זיין אז אלעס איז דער אייבערשטער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.


טייערער ברודער, אז מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות האט מען א גוט לעבן; אפילו ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן און מען שפירט ווי מען וויל אויף געבן, בפרט ווען עס גייט איבער מבית ומבחוץ, מחלוקת און שפיכות דמים, מען כאפט אריין בזיונות וכו' וכו'; דעמאלט אויב מען פארלירט זיך נישט, מען דערהאלט זיך און מען פרובירט מיט אלע כוחות צו זיין שטארק אין אמונה, איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", אז מען האט אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות; אז מען שפרינגט איבער אלע קשיות, אלע ספיקות און מען לעבט מיט אמונה דאן איז גאר גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


רבי אברהם בן רבי נחמן פלעגט שטענדיג חזר'ן: "דֶער רֶבִּי קֶען יֶעדְן אוֹיסְהַאלְטְן, אֲפִילוּ דֶעם גְרֶעסְטְן חוֹטֵא וּפּוֹשֵׁעַ - וֶוער עֶס זָאל נָאר זַיין, נָאר מַחְלוֹקֶת קֶען עֶר נִישְׁט פַארְלַיידְן".