מכתב יומי
ה ניסן תשפ"ב
April 06 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מען קומט שוין נענטער און נענטער צום יום טוב פסח, מען שפירט שוין דעם יום טוב; בפרט די וואס זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קלב): "אִם הוּא מְקֻשָּׁר לְהַצַּדִּיק", אויב א מענטש איז מקושר צום צדיק, "יוּכַל לְהַרְגִּישׁ קְדֻשַּׁת יוֹם טוֹב", קען ער זוכה זיין צו שפירן די הייליגקייט פון יום טוב; מען הויבט אן פארשטיין 'נישטא גארנישט - נאר דער אייבערשטער, נישטא "איך", "זיך", "מיך" - עס איז דא דער באשעפער; ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס; נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן בעת צרה'.
מארגן וועט זיין דער שיעור ווי געווענליך, קומענדיגע וואך וועט די שיעור זיין מיטוואך אנשטאט דאנערשטאג; דאנערשטאג איז ליל בדיקת חמץ.
אז דו ביסט א בכור - קענסטו שוין אנהויבן לערנען א מסכתא און אויסרעכענען צו מאכן א סיום ערב פסח, און אז דו ביסט נישט קיין בכור - קענסטו אויך אנהויבן א מסכתא און דאס ענדיגן ערב פסח. מוהרא"ש פלעגט אלע יארן מסיים זיין א מסכתא ערב פסח.
קויף א שיינע זאך פאר דיין ווייב לכבוד יום טוב; עס איז א מצוה צו קויפן לכבוד יום טוב א שיינע קלייד אדער א צירונג זיי פרייליך צו מאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.