מכתב יומי

ד ניסן תשפ"ב

April 05 2022

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


זיי פרייליך, גענוג געווען מיט די עצבות ומרה שחורה; שוין גענוג גע'דאגה'ט וואס גייט זיין, יעצט איז צייט צו זיין פרייליך.


דו ווייסט אז דער רבי איז געווען שטענדיג זייער ערנסט, דאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רלה): "מֵהַנִּגְלוֹת שֶׁלִּי אֵין אַתֶּם צְרִיכִים לִלְמוֹד", איר זאלט זיך נישט אפלערנען פון דעם וואס איר זעט ביי מיר פון אינדרויסן, דער רבי פלעגט ארומגיין מיט א צעבראכנקייט, דער רבי האט געזאגט: "אֵין אַתֶּם צְרִיכִים לִלְמוֹד מִזֶּה, רַק לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", פון דעם זאלט איר זיך נישט אפלערנען, נאר איר זאלט זיין פרייליך; דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און זיין פרייליך.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין יום טוב פסח אין קרית ברסלב מיט אנשי שלומינו, ערב פסח וועלן מיר באקן מצות אינאיינעם אינעם נייעם מצה בעקעריי. איך וועל דיר מודיע זיין די זמנים פון חול המועד ווען עס וועט זיין שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.