מכתב יומי

ה סיון תשפ

May 28 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא א' - ערב יום טוב שבועות, ה' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין שלום בית; לאז נישט קיינעם זיך אריין מישן אין דיין שלום בית, נישט קיין חילוק ווער, וואס, ווען און וואו. קיינער זאל זיך נישט אריינמישן אין דיין פריוואטע לעבן; דיין ווייב זאל זיין ביי דיר מער ווי דיינע חברים, דיין ווייב זאלסטו האלטן טייער און חשוב אזוי ווי דו האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה.


איך נאר דיך נישט אפ מיט נארישקייטן, איך לערן דיר וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט אלע יארן. מוהרא"ש האט דערציילט, דער רבי איז אמאל געזעצן יום טוב שבועות ביים טיש מיט אנשי שלומינו, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה. וואס איז געווען די מעשה? דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש, אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


רעד שיין צו דיין ווייב, רעדט צו איר מיט דרך ארץ. מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי מען פלעגט הערן ווי אנשי שלומינו רעדן צו די ווייב מיט אזא שיינקייט, מיט אזא דרך ארץ; אפילו זיי האבן געהאט ווייבער וואס האבן געשריגן וכו', וכו' - האבן זיי אלץ גערעדט שיין מיט דרך ארץ, זיי האבן געהאלטן זייער שטוב מיט דרך ארץ אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, מיט סבלנות וועסטו אנקומען אסאך ווייטער ווי דער וואס קריגט זיך.


א פרייליכן יום טוב.