מכתב יומי

ד סיון תשפ

May 27 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


טאנץ און שפרינג אז דו ביסט א איד און נישט קיין גוי; דאס אליינס אז מיר זענען אידן איז שוין גענוג אז מיר זאלן זיין פרייליך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש פליאה) ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה און אנגעהויבן די עשרת הדברות (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ", האט משה רבינו גלייך אויסגעשריגן: "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי!" אלע פרעגן וואס איז דער קשר איינס מיט'ן צווייטן? זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: "עס איז בכלל נישט קיין קשיא; ווען דער אייבערשטער האט אנגעהויבן זאגן די תורה איז משה רבינו געווארן אזוי פרייליך אז ער האט אנגעהויבן דאנקען דעם אייבערשטן 'שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי!' ברוך השם איך בין א איד, איך בין נישט קיין גוי"; אז מען פריידט זיך מיט דעם איז מען אייביג פרייליך, "א גוי בין איך נישט, וואס דו ווילסט נאר זאגן אויף מיר קענסטו זאגן, אבער א גוי בין איך נישט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.