מכתב יומי
ו ניסן תשע"ט
April 11 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אפילו עס איז שוין אריבער טעג וואס דו ביסט נישט אנגעקומען צו גיין אין מקוה און עס טוט דיר וויי אז דו ביסט אזוי אראפגעפאלן וכו' זאלסטו יעצט אנהייבן פונדאסניי.
ביים רבי'ן איז געווען א יסוד 'זיך באנייען', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה", ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון, "לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער מיט זיין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.
הער אויף זיך אויפצועסן מיט דיין עבר; עס וועט דיר גארנישט העלפן דאס וואס דו שלעפסט מיט דיין אלטע זאק עבירות. "הֶעָבָר אַיִן", וואס איז געווען איז שוין געווען, "וְהֶעָתִיד עַדַיִן", און וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא, "וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן", און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, "דַאֲגָה מִנַּיִן", איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען.
לויף אין מקוה און גיי דאווענען שחרית מיט מנין דיקא וועסטו האבן גרויס שפע; ווען מען עפנט דעם ארון הקודש ביי פתיחת הארון זאלסטו זיך איינוויקלען אין דיין טלית און ארויס זאגן א ווארט צום אייבערשטן אויף דיין שפראך: "רבונו של עולם, נעם מיר ארויס פון מיין בלאטע"; די פאר ווערטער גייען ארויף אויבן אין הימל און דרייען איבער אלע גזירות רעות.
א שאד וואס דו עסט זיך אויף מיט דיין עבר; דער הייליגער רבי האט אונז בפירוש געזאגט אז מען זאל זיך כסדר באנייען און פארגעסן פונעם עבר (שיחות הר"ן סימן כו); וואס וועט דיר העלפן דאגה'נען? וואס וועסטו האבן פון זיך בייסן די ליפן א גאנצן טאג? ענדערש עפן דיינע ליפן צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן.
א גרויסן יישר כח וואס דו העלפסט מיר איך זאל קענען ווייטער אנגיין מיט מיין שליחות וואס מוהרא"ש זכר צדיק לברכה האט מיר ממנה געווען; מיט די ישיבה, חדר, מיידל סקול וכו' וכו'; אז מען העלפט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו גרויסע ישועות.
שטופ נישט אוועק די גבאים וואס קומען איינקעסירן געלט פאר די מוסד; דער מיט די רענט, דער צווייטער פאר'ן כולל, א דריטער פאר אומאן און א פערטער פאר די מלמדים וכו'; וויפיל מיר זאלן נאר געבן פאר'ן רבי'ן האבן מיר גארנישט צוריק געגעבן. וואס קען מען באצאלן פאר לעבן? וואס קען מען געבן פאר'ן האבן שלום בית? וואס קען מען צוריק געבן פאר'ן אויסלערנען חינוך הבנים והבנות?
עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט טראכטן: 'א שאד איך האב נישט געגעבן אלעס וואס איך האב געהאט', אזוי ווי די מעשה מיטן רבינ'ס טאכטער אדל. זי האט נישט זוכה געווען צו קינדער, אלע קינדער פלעגן איר לא עלינו נפטר ווערן; איינמאל איז דער רבי איינגעשטאנען ביי איר פסח און זי האט געגעבן פאר'ן רבי'ן אחרון של פסח זופ מיט "צוויי קניידלעך", האט דער רבי איר געזאגט: "און פאר די צוויי קניידלעך וועסטו האבן צוויי קינדער". און אזוי איז טאקע געווען, זי האט געהאט צוויי קינדער, א אינגל און א מיידל - אברהם בער און רבקה; פלעגט זי שטענדיג זאגן אז זי האט חרטה פארוואס זי האט נאר געגעבן צוויי קניידלעך וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.
איך שיק דיר בילדער פונעם בנין אין אומאן, יראו עינינו וישמח לבנו.