מכתב יומי

ז ניסן תשע"ט

April 12 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשע"ט לפ"ק


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף אז דו האסט אריין גענומען אין דיר דעם נעכטיגן שיעור וואס מיר האבן זיך מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס עצה אז מען זאל זיך שטענדיג באנייען און אויפפרישן, נישט טראכטן וואס איז געווען און נישט שלעפן אלטע מעשים.


דאס וואס דו טראכסט כסדר: 'איך בין שוין פארפאלן' - דאס איז מעשה שטן; דער יצר הרע שפילט מיט יעדע מענטש דעם זעלבן שפיל. ער ווארפט אראפ דעם מענטש אין עבירות, און איין עבירה שלעפט שוין צו נאך עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם ווען דער מענטש וויל תשובה טון קומט ער מיט א פרישע רציחה, ער לייגט אריין אינעם מענטש א סם אז ער הייבט אן טראכטן אז מען דארף אים נישט, אזוי אויך הייבט ער אן פאנטאזירן אלע סארט דמיונות רחמנא לצלן: 'איך בין שוין דערנאך'; 'דער אייבערשטער דארף מיר נישט' חס ושלום; אויף דעם קומט דער הייליגער רבי און איז אונז מחזק אז מיר זאלן זיך שטענדיג באנייען און אלץ טראכטן: 'וואס קען איך טון גוטס?'


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס מען האט נעכטן גערעדט איבער נישט אריין ברענגען אין שטוב דעם סעלפאון; לאז דיין שטוב ריין און האלט דאס זויבער. אז דו פאררופסט זיך א תלמיד היכל הקודש, א תלמיד פון מוהרא"ש און א ברסלב'ער חסיד זאלסטו טון וואס מוהרא"ש האט געוויינט, געבעטן און געשריבן אז מען זאל נישט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום כלי וואס קען זיך באהעפטן צו די אינטערנעט. דו ווייסט דאך אוודאי וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער ווען ער האט אים אמאל באגלייט צום רבי'נס ציון; אויפן וועג האט זיך צעריסן רבי נחמן טולטשינער'ס רעקל, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי און ניי צו דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט אז מען דארף אכטונג געבן אויף די בגדים זיי זאלן נישט זיין צעריסן", אבער רבי נחמן טולטשינער האט געוואלט זען ווי רבי נתן גייט צום ציון, איז ער ווייטער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


זאג נישט קיין ליגנט פאר דיין ווייב; דער שטראף פון א ליגנער איז אז ווען ער זאגט שוין יא דעם אמת גלייבט מען אויך נישט. עס העלפט נישט די אלע ליגנטס, מען קען סיי ווי נישט אפפאפן די ווייב ווייל זי ווייסט זייער גוט אלעס וכו'.


איך שרייב דיר נאכאמאל און נאכאמאל וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט: "א מענטש האט נישט קיין חברים, אויב א חבר איז עס נאר די ווייב"; דו וועסט נאך זען ווי דיין חבר מיט וועם דו פארברענסט דיין צייט וועט דיר באגראבן און אפשפעטן פון דיר, עס נעמט אביסל צייט אבער ביים סוף וועסטו זייער חרטה האבן פארן לייגן אין די זייט דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין יראת שמים און דיין לעבן פאר דעם חבר.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט מוותר זיין אויף איר צניעות; זאג איר ווי שיין זי זעט אויס מיט איר צניעות. יעדע ספק וואס זי האט אויף א קלייד - צי עס איז גוט אדער נישט זאלסטו דאס נישט אוועק מאכן, נאר אכטונג געבן עס זאל זיין אויסגעהאלטן. ווען זי פרעגט דיר אויף א זאך צי עס איז גוט אדער נישט, ענטפער נישט: "איך ווייס נישט", ווייל דו ווייסט יא, באמת אין הארץ ווייסטו וואס איז יא גוט און וואס איז נישט גוט.


רוים אויס דעם חמץ פון שטוב; אין דעם זכות וועסטו באקומען די ברכה פון רבי'ן פאר גוטע קינדער (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א גוט שבת.