מכתב יומי
ו תשרי תשפ"ה
October 08 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה א', ו' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
הער נישט אויס קיין לצים וואס מאכן חוזק פון אנשי שלומינו און פון זיין אין אומאן אויף ראש השנה; נישטא קיין גרעסערע סכנה פון האבן צוטון מיט לצים. דער רבי האט גאר שטארק געווארנט מען זאל נישט האבן צוטון מיט ליצנות, עס איז געווען אין רבינ'ס צייט א מפורסם וואס פלעגט זאגן ווערטלעך ביי גרויסע צדיקים, אמאל איז ער געקומען צום רבי'ן, האט דער רבי געזאגט פאר אלעמען אז קיינער זאל נישט לאכן פון זיינע ווערטלעך, און ווען יענער מפורסם האט געמאכט ווערטלעך און קיינער האט נישט געלאכט האט ער זיך פארשעמט, און דער רבי האט געשמייכלט, האט יענער געזען אז ביי אנשי שלומינו האבן ווערטלעך נישט קיין פלאץ; עד כדי כך האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל האבן מיט ליצנות.
פארגעס נישט צו גיין צו דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן, און די זיידעס און באבעס זיך ווינטשן א גוט יאר; עס איז זייער וויכטיג און עס איז א זכות פארן יום הדין.
ערב יום הקדוש אינדערפרי גייען אלע זיך טובל'ען אפילו די ווייבער.
בעזרת השם די יאר וועל איך זיין יום הקדוש אין קרית ברסלב, אויך די שיעור ליל שישי די וואך וועט זיין אין קרית ברסלב.
א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.