מכתב יומי

ז אדר תשפ

March 03 2020

[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט האבן מיר זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל גאנץ נביאים וכתובים; מיר לערנען יעדן טאג צוויי קאפיטלעך נ"ך, אזוי קומט אויס אז מען ענדיגט יעדעס יאר אלע ספרי נביאים וכתובים.


ווען מען לערנט נ"ך ווערט מען זייער נתעורר לתשובה, ווען מען זעט אלע מעשיות וואס איז אריבער אויף די אידן; ווי זיי זענען אראפגעפאלן און געגאנגען דינען עבודה זרה, נאכדעם האט דער אייבערשטער זיי געברענגט א רשע זאל זיי פייניגן ביז זיי האבן געטראפן א נביא א צדיק וואס האט זיי צוריק געברענגט צום אייבערשטן און די צרות האבן זיך געענדיגט. ווען מען לערנט נ"ך זעט מען אז נאר מיט'ן אייבערשטן איז דא לעבן, נאר מיט'ן אייבערשטן איז גוט.


מאך זיך א שיעור אין נ"ך; מארגן הויבן מיר אן נאכאמאל לערנען נ"ך, כאפ זיך מיט צו לערנען כאטשיג איינמאל אין לעבן די אלע כ"ד ספרים. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "נ"ך איז מיין מוסר ספר"; ווייל ווען מען לערנט נ"ך זעט מען אז מען מוז לעבן מיט א צדיק. ווען די אידן האבן געהאט א צדיק זענען זיי געווען ערליך און ווען דער צדיק איז נפטר געווארן זענען זיי צוריק געפאלן, ביז זיי האבן ווידער באקומען א צדיק וואס זאל זיי ווייזן דער וועג צום אייבערשטן.


טייערער ברודער הייב זיך אויף, דו קענסט נאך ווערן נאכאמאל ריין; געב נישט אויף, פרוביר נאכאמאל צו זיין ערליך, קוק נישט וואס איז געווען. דער רבי האט אונז געלערנט אז אפילו מען גייט אין בלאטע זאל מען נישט ווערן שמוציג, אזוי ווי עס האט פאסירט ביי די צדיקת אדל - דעם רבינ'ס טאכטער, זי איז געגאנגען נאך געלט מיט נאך אפאר פרויען, אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאָס רעגן, עס איז געווארן א גרויסע בלאטע און אלע פרויען זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער, אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער, האט אדל זיי געזאגט: "מיין גרויסער טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער".


אז דו קענסט מיר העלפן פארקויפן ראפעלס וועל איך זיך זייער פרייען; עס איז א גרויסער תיקון ווען מען גייט נאך געלט, מען נעמט אראפ פון זיך גרויסע עונשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'.


וויסן זאלט איר אז אויב מען וויל האבן אמת'ע שלום בית דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; אויב עפעס באדערט דארף מען דאס אויסרעדן, זיך אויפעסן פון אינעווייניג איז נישט דער וועג, ווייל דאס ליבשאפט קילט זיך אפ מיט די צייט.


ווען מען רעדט, מען דערציילט זאכן וואס באדערן דארף מען האבן שכל ווי אזוי דאס צו זאגן; שווייגן איז טאקע נישט קיין עסק, אבער רעדן דארף מען אויך וויסן ווי אזוי צו רעדן. מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים, און איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט. ער רעדט נישט, מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט; האט רבי נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; דאס זעלבע דארפט איר וויסן, אז מען וויל האבן שלום בית דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


אנשטאט יענעם באשולדיגן דארף מען סתם אויסרעדן די ווייטאג, נישט זוכן צו קלאפן דעם אנדערן; מען שמועסט אויס זאכן וואס עס שטערט, אזוי ווייסט דער אנדערער וואס צו טון. אפילו אייער מאן וועט זיך נישט טוישן זיינע מידות וכו' אין איין מינוט, וועט אייך אבער זיין גרינגער און ער וועט וויסן על כל פנים אויף וואס צו ארבעטן וכו' וכו'.


ווערטס נישט פארלוירן, דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן.