מכתב יומי
ז אדר תשפ"א
February 19 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תרומה-זכור, ז' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת גייען מיר מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, שבת אינדערפרי וועלן מיר ליינען די פרשה פון עמלק; עס איז זייער א גרויסע צייט זוכה זיין פטור צו ווערן פון עמלק וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין אלע טומאות. ביי עמלק שטייט (דברים כה, יח): "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶּרֶךְ", זאגט רש"י: "לָשׁוֹן קֶרִי וְטֻמְאָה, שֶׁהָיָה מְטַמְאָן וכו'", עמלק ווארפט אראפ אידישע קינדער אין עבירות, ער קילט אפ דעם מענטש, ער נעמט אוועק די יראת שמים. "אֲשֶׁר קָרְךָ" איז א לשון פון קוֹר וָחוֹם, "צִנֶּנְךָ וְהִפְשִׁירְךָ מֵרְתִיחָתֶךָ", אפקילן פון די הייסקייט פון יראת שמים, פון די פחד פונעם אייבערשטן; מען קען זוכה זיין דעם שבת ארויסצוגיין פון די אלע טומאות.
איך בעט דיר זייער זאלסט אפלאזן די מחלוקות. עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי דער שטן טאנצט ארום ביי דיר אין שטוב, ער האט געטראפן א פלאץ וואו צו וואוינען. דער רבי זאגט (ספר המידות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך - דארט איז דער שטן; פארוואס זאלסטו זיך אזוי באנארישן? ווי קען מען זיין א כפוי טובה, דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה א ווייב - פארוואס זאלסטו זיך קריגן? פארוואס זאלסטו טראכטן שלעכטע מחשבות?! איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, דו מיינסט אז דו וועסט טרעפן בעסערס וכו'. די מחשבות וואס לויפן דיר דורך אין געדאנק: 'איך וועל זיך גט'ן און איך וועל טרעפן בעסערס' - דאס איז פונעם יצר הרע, דו וועסט נישט טרעפן בעסערס, דו קענסט נישט האבן בעסערס; דאס איז די בעסטע פאר דיר, זי איז די מאמע פאר דיינע קינדער. פרעג זיך נאך ביי די וואס האבן געטון דעם נארישקייט, זיך גע'גט און נאכאמאל חתונה געהאט - וואס זיי זאגן יעצט.
איך בעט דיר, בארעכן זיך; עס קומט אזא הייליגע שבת - שבת זכור, עס קומען אזעלכע הייליגע טעג - פורים און פסח; בעט איבער דיין ווייב, זוך אין איר גוטע זאכן, רעד צו איר שיין און ווייך.
מוהרא"ש זאגט, ברסלב'ע חסידים האבן גערעדט צו זייערע ווייבער שענער ווי מען רעדט צו א קעניג; מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי מען האט געהערט ברסלב'ער חסידים רעדן צו זייערע ווייבער אזוי שיין, אזוי זיס - מיט דעם וואס די ווייבער זענען נישט אלץ געווען ווי עס דארף צו זיין; דער לעבן איז זיי געווען אזוי זיס.
דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך האב זוכה געווען די וואך חתונה מאכן מיין זון; איך זע די אלע וואס האבן א שיינע לעבן זאגן: "קלוג ביסטו, דו מאכסט חתונה די קינדער יונג", ווידעראום די אלע וואס לעבן מהיכא תיתי און זיי גט'ן זיך נישט ווייל אנדערע וועלן זאגן וכו', זייער לעבן איז פארלאשן, מיט קריגערייען - די פרעגן מיר: "פארוואס מאכסטו חתונה די קינדער יונג? וואס פעלט עס אויס? ווי יאגסטו זיך? ממש א רחמנות אויף יונגע קינדער?" טאקע א רחמנות, אזא לעבן ווי דיר איז א רחמנות; א לעבן מיט זוכן שלעכטס איינער אויפ'ן צווייטן - איז א רחמנות, אבער אז מען לעבט מיט שלום איז עס די שענסטע זאך.
דאס יאר פורים וועל איך זיין אין בית המדרש פון צוועלף אזייגער ביז צוויי אזייגער; איך וועל נישט מאכן די סעודה אין שטוב, עס איז אביסל שווער פאר מיין ווייב צו מאכן אין שטוב, עס איז ערב שבת. איך וועל זיין אין שול פאר ווער עס וויל געבן משלוח מנות.
איך האף דו וועסט אננעמען דעם בריוו, דו וועסט עס ליינען אפאר מאל ביז דיין הארץ וועט ווייך ווערן; דו וועסט אהיים גיין זיך איבערבעטן און מער נישט טראכטן פון זיך צעטיילן.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פסחים פט:) דער הייליגער רב פפא מיט דער הייליגער רב הונא האבן געמאכט א סעודה בשותפות, ביידע האבן געגעבן א סכום געלט און אינאיינעם געקויפט עסן. אינמיטן די סעודה זעט רב הונא אז ווילאנג עס נעמט אים צו עסן איין ברויט עסט רב פפא פיר ברויט, האט ער געזאגט פאר רב פפא "לאמיר זיך צעטיילן האלב אויף האלב", קודם האט רב פפא נישט געוואלט, אבער רב הונא האט אים אויפגעוויזן אז על פי הלכה מעג ער זיך צעטיילן, ווייל רב פפא עסט מער פון וואס עס געהערט פאר אים. דערנאך איז רב הונא געגאנגען און געמאכט א סעודה בשותפות מיט רבינא, אינמיטן די סעודה זעט רב הונא אז ווילאנג עס נעמט אים צו עסן איין ברויט עסט רבינא אכט ברויט, האט ער געזאגט: "מֵאָה פַּפִּי וְא חֲדָא רָבִינָא", עס איז מיר ענדערש צו עסן מיט הונדערט רב פפא'ס ווי מיט איין רבינא; זעט מען פון די מעשה, א מענטש מיינט אז מיט יענעם וועט אים זיין בעסער, מיט יענעם וועל איך האבן א בעסערע לעבן, אבער שפעטער האט מען חרטה.
א פרייליכן ליכטיגן יום טוב פורים.