מכתב יומי
י אדר תשפ"א
February 22 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה; א פרייליכער מענטש האט אלעס, א צופרידענער מענטש האט אלעס, אים איז גוט און אז אים איז גוט איז ער גוט צו אנדערע, ער איז גוט צו זיין ווייב און קינדער; קומט אויס אז דער עיקר איז צו זיין פרייליך.
זיין א פרייליכער מענטש האט מיט זיך אליינס, עס האט נישט מיט אנדערע. טראכט נישט 'ווען איך וואלט ווען געהאט אזא ווייב - וואלט איך געווען פרייליך', 'ווען איך וואלט ווען געוואוינט דארט און דארט - וואלט איך געווען גליקליך', אדער 'ווען איך וואלט ווען געהאט די שיינע קאר, די שיינע הויז, די פאלאץ - וואלט אלעס גוט געווען'; עס הייבט זיך נישט אן און עס לאזט זיך נישט אויס. ווען דו וואלסט ווען געהאט אזא ווייב, מיט אזא הויז, מיט אזא קאר - וואלסטו געווען דערביטערט אזוי ווי יעצט; די אלע זאכן מאכן נישט פרייליך, פרייליך האט מיט זיך אליינס, דער וואס אנערקענט דעם אייבערשטן, ער דאנקט דעם אייבערשטן און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע אטעם, אויף דאס לעבן - דער איז גליקליך, דער איז צופרידן.
איך בעט דיר זייער, רעד שיין צו דיין ווייב, טו איר נישט וויי; מען טאר נישט וויי טון א ווייב. אויב מען טוט וויי די ווייב באקומט מען א גרויסע שטראף, מען כאפט ביטערע קלעפ פאר'ן וויי טון די ווייב.
איך בעט דיר נאכאמאל און נאכאמאל, רעד שיין צו איר, געב איר אירע געברויכן, וואס זי דארף זאלסטו איר געבן, און אז זי דארף מער וויפיל דו האסט - זאלסטו איר מפייס זיין, זאג איר: "איך וועל דיר אלעס געבן, איך גיי ברענגען געלט און דיר געבן וואס דו ווילסט".
איך האף דו וועסט מיר פאלגן, וועט דיר גוט זיין.