מכתב יומי
ז אייר תשע"ט
May 12 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו און די *בחורים בריוו* איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זע שטענדיג צו עוסק זיין אין הפצה און דערצייל פאר אלעמען פון די עצות פון רבי'ן; וואו דו געפונסט זיך זאלסטו נאר זוכן ווי דו קענסט נאך א מענטש מזכה זיין מיט די שיינע עצות.
די מתנגדים האבן אמאל געפרעגט רבי נתן: "וואס וועסטו טון אז דו וועסט ארויף קומען אויבן אויף יענע וועלט און מען וועט דיר פסק'נען גיהנום?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך וועל זאגן פאר יעדן איינעם וואו דער רבי איז, און איך וועל יעדן איינעם אהין שיקן"; דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן. איך בין נישט דא, איך וויל נאר יעדן איינעם ווייזן דעם וועג צום רבי'ן.
דאס דארפן מיר זיך אויך פארנעמען, אז מיר וועלן פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אז די גאנצע וועלט זאל וויסן פון די ליכטיגע עצות.
זיי געזונט.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
א שאד א שאד אז מען לערנט נישט מיט חתנים און כלות די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו לעבן; מען וואלט דאך געקענט איינשפארן אזויפיל ג'טן און אזויפיל סעפערעישנס דורך זיך פירן על פי דרך התורה - אן חומרות און אן פרישות.
איך בעט דיר זייער זאלסט לעבן מיט דיין ווייב אן חומרות און אן פרישות; דער הייליגער רבי איז געווען אנטקעגן חומרות, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "הַלְוַאי שֶׁנִּזְכֶּה לְקַיֵּם אֶת כָּל מִצְווֹת הַתּוֹרָה כִּפְשׁוּטָן מַמָּשׁ בְּלִי שׁוּם חֻמְרוֹת", הלואי זאלן מיר מקיים זיין די תורה פשוט אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן, אנע חומרות.
איך פארשטיי אז דו ווילסט פועל'ן ביי איר וכו', זאלסטו וויסן אז דו וועסט אלעס קענען פועל'ן מיט סבלנות אן קיין לחץ. ווער עס לעבט מיט די עצות פון רבי'ן דער איז מנצח ביים סוף.
איך זאג דיר נאכאמאל, פאר דיינעט וועגן, פאר דיין טובה און פאר דיין גוטס: "לאז זיך אפ פון מענטשן, דיין ישועה וועט קומען נאר פונעם אייבערשטן".
א גוטע נאכט.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד תלמידי הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
נאך אביסל וועסטו חתונה האבן, דארפסטו יעצט אסאך ארבעטן אויף דיינע מידות כדי צו קענען לעבן מיט א ווייב. א בחור לעבט אליינס, ער מיינט אז אלעס דארף גיין ווי ער וויל און ווי ער טראכט. אבער נאך די חתונה הייבט זיך אן די לעבן מיט א ווייב, מען דארף זיך פארשטיין און מען דארף קענען שלינגען, דעריבער זאלסטו יעצט אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט קענען מוותר זיין.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דער וואס געבט נאך פאר א צווייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.) אז עס איז אמאל געווען א טרוקעניש אין ארץ ישראל - עס האט נישט גערעגנט א גאנץ ווינטער, האט מען געמאכט א יום תפילה און דער הייליגער תנא רבי אליעזר איז צוגעגאנגען צום עמוד, ער האט געבעטן פיר און צוואנציג תפילות אז עס זאל רעגענען אבער עס איז נישט געקומען רעגן, איז דער הייליגער תנא רבי עקיבא צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט: "אָבִינוּ מַלְכֵּינוּ, אֵין לָנוּ מֶלֶךְ אֶלָּא אָתָּה, אָבִינוּ מַלְכֵּינוּ רַחֵם עָלֵינוּ", און עס האט גלייך אנגעפאנגען צו גיין א שטארקע רעגן, האט דער עולם אנגהויבן שמועסן אז רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר ווייל זיינע תפילות זענען גלייך אנגענומען געווארן, איז ארויס א בת קול פון הימל און געזאגט: "נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר זענען זיינע תפילות אנגענומען געווארן, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן - ער געבט נאך, און ווער עס געבט נאך פאר א צווייטן, הערט דער אייבערשטער אויס זיינע תפילות". זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון נאך געבן פאר א צווייטן.
קום ארויף אין ישיבה.