מכתב יומי
ח אייר תשע"ט
May 13 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געב איבער א פערזענליכע יישר כח פאר דיין ווייב תחי' פאר'ן ארויס העלפן די 'פארטי' אז עס זאל זיין מיט הצלחה.
חוץ פון די הצלחה אז עס איז אריין געקומען געלט מען זאל קענען אנגיין מיט די מוסדות איז נאך מער די עצם זאך אז אונזערע ווייבער שטעלן זיך ארויס און מען רופט משפחה מיט חבר'טעס צו העלפן די 'ברסלב'ע מוסד'; דאס אליינס איז נאך די גרעסטע הצלחה. אנשי שלומינו געדענקען נאך זייער גוט ווי מען פלעגט זיך אמאל באהאלטן מיט 'ברסלב', מען האט מורא געהאט פון דעם ווארט 'ברסלב' און מען האט נישט גערעדט צו קיינעם פון ברסלב; מען האט זיך זייער שטארק געשעמט אז די מאן האט שייכות מיט ברסלב און אז די קינדער גייען אין ברסלב.
באמת איז נישט דא מיט וואס זיך צו שעמען, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי (חיי מוהר"ן, סימן רטו) בשעת ער איז געזיצן ביי א שלום זכר און אים געבעטן ער זאל זינגען א ניגון, אבער רבי נפתלי האט זיך געשעמט און איז געבליבן שטיל, האט אים דער רבי געזאגט: "ר' נפתלי וואס שעמסטו זיך? 'בשבילנו נברא העולם' די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן פאר אונז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) אויפן פסוק (קהלת יא, יב): "כִּי זֶה כָּל הָאָדָם" - כָּל הָעוֹלָם נִבְרָא אֶלָּא בִּשְׁבִיל זֶה, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן נאר פאר דעם צדיק".
מיר דארפן זיך נישט שעמען, שעמען דארפן זיך די וואס ווייסן נישט וואס זיי באקומען פון זייער רבי, מען גייט צו א רבי וואס דער רבי קען זיך אליינס נישט העלפן, אויב אזוי ווי אזוי קען ער העלפן א צווייטן...
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): "וְיֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, נישט נאר וואס זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, קענען זיי דאך זיכער נישט העלפן א צווייטן; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס לערנט מיט אונז א וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען לעבן, ער לערנט אונז אויס מיר זאלן זיך ווענדן צום אייבערשטן און וואס מיר דארפן זאלן מיר נאר בעטן דעם אייבערשטן.
דער רבי ווייזט אונז א וועג מיר זאלן קענען לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה; היינט האבן מיר אנגעהויבן נאכאמאל צו לערנען נ"ך - יעדן טאג צוויי קאפיטלעך, ממש א מחי' צו זיין אין אזא הייליגע חבורה וואו מען לאזט זיך נישט נארן, אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה אנצוקומען צו לערנען די גאנצע תורה. יעדער תלמיד ביים רבי'ן, אפילו דער קלענסטער אין היכל הקודש האט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין אן א שיעור מאל ששה סדרי משנה.
א איד פון ארץ ישראל שרייבט מיר אז ער מיט די משפחה לעבן מיט די שיעורים און זיי וואונדערן זיך שטענדיג אויב דאס איז א חלום אדער א ווירקליכקייט; איז טאקע פארהאן אין די וועלט א קהלה פון מענער, פרויען און קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן, יעדע שמועס איז פון תפילה, פון אמונה און פון הפצה. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב איז יעצט געווען אין אמעריקע און זי איז געווען ביי די פרויען שיעור פאריגע וואך דינסטאג נאכט, שרייבט ער מיר אז זיין ווייב האט נישט געקענט קומען צו זיך דאס צו זען אין ווירקליכקיייט (ריאלעטי); ווי שיין מען האט איר אויפגענומען, און ווי ווייט זי איז נתפעל געווארן פון די אחדות און דאס פשטות, ווי מען טיילט עסן און יעדער וואס דארף נעמט אהיים, אזוי אויך די קליידער וואס מען טיילט בחינם פאר דער וואס דארף.
דער איד האט מיר ממש מחי' געווען, ווייל דאס איז וואס איך וויל. מיר זאלן האבן א ווינקל וואו מען האט זיך ליב, מען פארטראגט זיך און מען מאכט נישט אוועק א צווייטן, מען זוכט נאר דאס גוטס איינעם ביים אנדערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.