מכתב יומי

ז חשון תשפ"א

October 25 2020

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נישטא קיין יאוש; פון די נידעריגסטע פלאץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן. דער רבי האט דאס געשריגן מיט א הויך קול (שיחות הר"ן, סימן קנג): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען"; פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק האט דער רבי דאס געזאגט, קיין ייאוש איז נישט פארהאנען!


דער רבי האט אן עצה פאר דיר ארויס צו גיין פון דיינע עבירות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד - שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגען אויף מיר און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; און אפילו א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


נעם א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות; משניות וואשט אפ אלע עבירות, משניות איז אזוי ווי סטיל-וואל וואס נעמט אראפ אלע שמוץ, משניות וועט דיר אויסוואשן דיין קאפ, דו וועסט מער נישט טראכטן קיין נארישקייטן.


אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט וואס דו לערנסט, קוים וואס דו קענסט זאגן די עברי - זאלסטו ווייטער זאגן מיט חשק און געשמאק די ווערטער פון משניות. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - זאל מען זאגן די ווערטער ביז דער אייבערשטער וועט העלפן און מען וועט פארשטיין.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; ווען מען לערנט גמרא ווערן פארברענט אלע קליפות, אלע שלעכטס פאלן אוועק.


אז מען לערנט אויפ'ן וועג פון רבי'ן דארף מען נישט קיינעם אין די וועלט; מען דארף גארנישט, נאר א גמרא מיט א משניות, מען לערנט פאר זיך אליינס אן קיינעם, דער וואס טוט דאס שפירט ווי ער זיצט אין גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.