מכתב יומי
טו חשון תשפ"א
November 02 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה, דו האסט א ווייב - פארוואס זאלסטו טראכטן שלעכטס אויף איר, פארוואס זאלסטו נישט האלטן טייער די מתנה? וואו איז די הכרת הטוב צום אייבערשטן?!
האסט דאך געלערנט אין ישיבה אזויפיל יאר, האסט געהערט אזויפיל דרשות און שיעורים אז מען דארף האלטן טייער די ווייב און מען דארף זיין א סבלן אין שטוב, האסט געהערט הונדערטער דרשות אין ישיבה אז מען זאל נישט אוועקגעבן די יארן פאר חברים; יעצט איז געקומען די צייט דו זאלסט אנהייבן נוצן די שיעורים, זאלסט אנהייבן טראכטן 'וואס איז לעבן און וואס איז דמיון, וואס איז מיר וויכטיג און וואס איז איבריג'.
קום אהיים, בעט איבער דיין ווייב, רעד צו איר שיין; לאז שוין אפ די צעדרייטע חברים וואס שלעפן דיר ארויס פון שטוב, ווער וועט קוקן אויף דיר בעת צרה? ווער וועט בלייבן מיט דיר אין צייט פון נויט? - נאר דיין משפחה, פארוואס זאלסטו מזלזל זיין אין די מתנה.
געב גוטע ווערטער פאר דיין ווייב און מאך איר פרייליך, זוך אין איר גוטס, געב איר געלט - וועסטו פלוצלונג אנהייבן זען שפע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אוֹקִירוּ לִנְּשַׁיְיכוּ כִּי הֵיכִי דְתִתְעַתְּרוּ", מען באקומט שפע בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב.
אז עס איז דיר ביטער נעם דעם רבינ'ס מעדעצין, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ק) מען קען נישט זיין אן ערליכער איד נאר דורך התבודדות; דאס הייסט, מען זאל זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען זאל אים אלעס דערציילן - אלע ירידות, אלע נפילות, אלעס וואס גייט אריבער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.