מכתב יומי

ז חשון תשפ"ה

November 08 2024

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גאנץ שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, אז דו ביסט א איד און אז דו היטסט שבת, און פאר אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.


בעט איבער דיין ווייב, זאג איר אז דו האסט חרטה פארן איר וויי טון, און זאג איר צו אז דו וועסט איר מער נישט וויי טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.) אויפן פסוק (בראשית יב, טז): "וּלְאַבְרָם הֵיטִיב בַּעֲבוּרָהּ", אז די שפע, די געלט - קומט בזכות וואס מען רעדט שיין אין שטוב, מען רעדט מיט דרך ארץ, מיט כבוד, אזוי ווי ערליכע אידן רעדן צו די ווייב.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושה, רעד צו דיינע טעכטער קלארע ווערטער, אז קיינער זאל זיך נישט שפילן מיט זייער קערפער, און אויב איינער קיצלט איר און באטאפט איר זאל זי דערציילן, און געב אכטונג זי זאלן נישט האבן לאנגע שעות פון גיין ליידיג. זיי נישט קליגער פון די חכמים, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): הַבַּטָלָה", גיין ליידיג, "מְבִיאָה לִידֵי זִימָה", ברענגט צו שמוץ; דעריבער זענען מיר מקפיד נישט צו לאזן די קינדער אליין לאנגע שעות פרייטאג נאכמיטאג, שבת נאכמיטאג - אן דעם וואס די עלטערן זאלן זיין מיט זיי, לערנען אדער פארברענגען, ווייל אז די קינדער גייען ליידיג קומט מען צו עבירות.


זאלסט טון ביידע, סיי רעדן צו די קינדער פון קדושה, און אויך זען זיי זאלן נישט האבן ליידיגע שעות. לייג זיי שלאפן פרייטאג נאכמיטאג און שבת נאכמיטאג, גאנצע משפחות גייען צוגרינד צוליב דעם וואס די עלטערן זענען פויל צו מחנך זיין, און אז א ברודער א בחור וועט טשעפען די שוועסטער און שפעטער וועט זי חתונה האבן און ליידן, און דערציילן דעם מאן, דעמאלט וועט די גאנצע משפחה צעפאלן, און ווער איז שולדיג? אויבנאויף דער בחור, אבער באמת זענען די עלטערן שולדיג וד"ל.


א גוט שבת.


---


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט שבת, מען דארף זיך זייער פרייען. דער רבי האט געזאגט "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך", ברסלב'ער חסידים דארפן פאלגן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


איך האב געטראכט, וואס עפעס איז די הלכה אז מען זאל צודעקן די חלות מיט א חלה דעקל? איינע פון די טעמים איז, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי, הובא בטור אורח חיים, סימן רעט): "שלא יראה הפת בושתו", די חלות זאלן זיך נישט פארשעמען, אז מען נעמט קודם די וויין און מען מאכט דערויף קידוש און נאכדעם נעמט מען איר; וואס איז פשט, א חלה ווערט דען פארשעמט? חלה איז א מענטש? נאר מען וויל דערמאנען דעם מענטש ווען ער זיצט ביים טיש מיט די משפחה, עס טוט זיך און עס גיסט זיך, קען מען זיך פארלירן און פארשעמען און שרייען וכו', אז ער וועט זען די חלה דעקל וועט ער זיך דערמאנען אז מען טאר נישט פארשעמען, והבן למעשה.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין שבת נאר פרייליך, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן א גאנץ שבת"; לייג צו דיינע אייגענע תפילות.


א גוט שבת.


---


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ביי די לעכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, און אויף גוטע מידות; צו פארגינען א שמייכל פארן מאן און פארגינען א שמייכל פאר די קידער, און חס ושלום נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער, ליב האבן אלע קינדער אייניג.


קומענדיגע וואך מאנטאג נאכט וועט זיין א מיטונג, אלע עלטערן מיט די מנהלת און מיט די טיטשערס; עס איז וויכטיג צו קומען, מען וועט הערן גאר וויכטיגע זאכן וואס איז פאר די טובה פון די קינדער.


א גוט שבת.