מכתב יומי
ט חשון תשפ"ה
November 10 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וירא, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, ווער נישט צעפאלן, באניץ זיך מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; זאלסט זיך צוגעוואוינען מיט א קביעות, א באשטימטע צייט - זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. דאס רעדן צום אייבערשטן איז אונזער שווערד, אונזער געווער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שוחר טוב קמט, ב): "פיהם של ישראל חרבם", די מויל פון א איד איז ווי א שווערד, אז מען ניצט די מויל פאר תפילה והתבודדות - איז דאס ווי א שווערד קעגן אלע פיינט.
מיש זיך נישט אין קיין מחלוקת, אפילו מען וועט דיר איינרעדן אז דאס איז לשם שמים און עס איז א מצוה. ליבער ברודער, שטיי ווייט פן מחלוקת (אויך וואס איז נוגע צו מיר; נעם זיך פאר מיר נישט אן, אז דו הערסט רעדן אויף מיר, און דו ווילסט זיך אננעמען פאר מיר - זאלסטו שווייגן).
אויך אין משפחה, אז מען וויל דיר אויפהעצן - זאלסטו זיך מיט חכמה ארויסדרייען, ווייל מען ליידט זייער פון מחלוקת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין רש"י במדבר טז, כז), אפילו קליינע קינדער וואס מען באשטראפט נישט - ווערן אויך אוועק געריסן דורך מחלוקת.
זע צו זיין פרייליך און געב אכטונג אויף דיין שטוב, דער עיקר און די יסוד פאר שלום בית איז - מען זאל נאכגעבן, און נישט מקפיד זיין איינער אויפן צווייטן. זוך נישט קיין חסרונות אין דיין ווייב, זוך דאס גוטס אין איר.
מארגן נאכט וועט זיין די יערליכע מיטונג אין בית פיגא פון די עלטערן מיט די טיטשערס, איך בעט דיר זייער זאלסט אלעס אפלאזן און זען אז דיין ווייב זאל קענען קומען רעדן מיט די טיטשערס און הערן וויכטיגע יסודות פון די מנהלת, ווייז אז די חינוך פון דיינע קינדער זענען דיר חשוב און דריי זיך נישט ארויס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.