מכתב יומי

ז כסלו תשע"ט

November 15 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אלעס ווענדט זיך אין דיר אליינס ווי אזוי דו נעמסט אן דיין לעבן!


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים ווי ווייט אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש; ער איז צוגעגאנגען צו יענקל וואסער טרעגער און אים געפרעגט: "וואס מאכסטו יענקל?" געבט ער א קרעכץ און זאגט: "וואס קען איך שוין מאכן? ביי די אכציג יאר דארף איך שלעפן שווערע אמערס וואסער, איך שלעפ דאס ארויף אפאר שטאק, ממש די רוקן ברעכט זיך מיר, די פיס האלטן מיר כמעט נישט, פארוואס דארף איך אזוי שווער ארבעטן?!" דער הייליגער בעל שם טוב הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים. א וואך שפעטער גייט דער בעל שם טוב זי"ע נאכאמאל מיט די תלמידים און זאגט זיי קומט וועל איך אייך ווייזן אז אלעס האט מיטן מענטש אליינס ווי אזוי ער נעמט אויף זיין לעבן, דער בעל שם טוב זי"ע גייט ווידער צו צום וואסער טרעגער יענקל און פרעגט אים: "יענקל וואס הערט מען עפעס? וואס מאכסטו?" זאגט ער: "רבי, ווי קען איך קרעכצן? מיין לעבן איז מיר אזוי שיין, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא גרינגע פרנסה, איך דארף גארנישט אינוועסטירן, איך שעפ אן וואסער ביים ברונעם אומזיסט און טראג דאס צו מענטשן און זיי צאלן מיר, אה - געבט ער א זאג - איך דאנק גאט פאר מיין זיסע לעבן", דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים און זאגט זיי: "געבט א קוק, דאס איז דער זעלבער יענקל; אכציג יאר שלעפט ער די זעלבע שווערע עמערס וואסער, די זעלבע שטאקן דארף ער ארויפקריכן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי ער נעמט דאס אן. איין טאג איז ער ברוגז אויפן אייבערשטן, דעם אנדערן טאג זוכט ער דאס גוטס און קוקט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט אים און איז מלא שמחה".


אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש ווי אזוי דער מענטש קוקט אויף זיין לעבן; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן אויף דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כב; סימן קצא) אז דער גן עדן און גיהנום איז דא בזה העולם, פלעגט מוהרא"ש דאס מסביר זיין, אז עס קענען זיצן צוויי מענטשן איינער נעבן דעם אנדערן, איינער וויל נאר אז די וועלט זאל חרוב ווערן, ער זעט נאר דאס שלעכטס, און דער אנדערער זיצט אין גן עדן התחתון, ער זעט נאר דאס גוטס פונעם אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל גמרא; כאפ זיך מיט מיטן שיעור וואס מיר לערנען אין ש"ס, לערן יעדן טאג א בלאט גמרא. היינט האלטן מיר מנחות דף צז. דאס וועט דיר ליכטיג מאכן דיין לעבן.


הער א פשט פון מוהרא"ש אויף דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר דאס קומט צו ווייזן פאר א מענטש וואס זאגט 'עס איז מיר פינסטער', 'עס איז מיר טינקל', 'איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש', 'עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם"', זאגט מען אים: "אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה, זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי, און הייב אן לערנען, וועט דיר ליכטיג ווערן, און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


זיי זיך מחזק און הייב אן פון פריש צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא. אפילו דו ביסט פאריאגט און פארפלאגט דאך זאלסטו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג; אז דו פארשטייסט נישט די גמרא זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, נאר זיי ממשיך און זאג די ווערטער פון די גמרא. דער רבי האט אונז געגעבן א "סדר דרך הלימוד" (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען זאל לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נישט גלייך וואס מען לערנט, נאר מען זאל לערנען כסדרן, און ווען מען ענדיגט זאל מען נאכאמאל אנהייבן, און נאך אפאר מאל זאגן וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין וואס מען לערנט. דער סדר דרך הלימוד איז א דבר השוה לכל נפש, פאר א גוטע קאפ און פאר א שוואכע קאפ, פאר יונג און אלט וכו', יעדער איינער קען לערנען די הייליגע תורה מיט דעם סדר דרך הלימוד.


היינט וועט זיין אם ירצה ה' א שיעור, איך האף דיר צו זען; עס איז זייער וויכטיג זיך אויפצופרישן נאכאמאל מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.