מכתב יומי
ו כסלו תשע"ט
November 14 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען זוכה צו וויסן פון רבי'ן; שטעל זיך אפ פאר א מינוט און טראכט: 'ווען איך בין ווען נישט מקורב צום רבי'ן און איך וואלט נישט געוויסט פון די זיסע עצה פון 'התבודדות' ווי אזוי וואלט איך געקענט אנגיין אין לעבן?'
מוהרא"ש האט דערציילט, אז פאר פופציג יאר צוריק גייענדיג אמאל "הפצה" אין וויליאמסבורג איז ער אריין אינעם סיגוט'ער שול וואו ער האט מפיץ געווען דעם ספר "השתפכות הנפש", איינער פון די אידן פאר וועם ער האט דאס מפיץ געווען איז געווען זייער אן אלטער איד, נאכן אריינקוקן אינעם ספר האט ער אנגעהויבן וויינען, ער קומט צו צו מוהרא"ש און זאגט אים: "אוי אוי אוי" - האט ער געקרעכצט - "ווען איך וואלט ווען געוויסט פון די עצה אז מען קען רעדן צום אייבערשטן וואלט מיין לעבן געווען גרינגער"; דער איד איז אריבער דעם דייטשן גיהנום ביי די צווייטע וועלט מלחמה וואו ער האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה, ער איז געווען אין לאגער וואו ער איז געפייניגט געווארן דורך די רוצחים וכו' וכו', און ווען ער וואלט געוויסט פון די עצה פון רעדן צום אייבערשטן וואלט זיין לעבן געווען אסאך גרינגער – האט ער געוויינט.
יעצט אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן אז מיר ווייסן פון די ליכטיגע עצה דארפן מיר העלפן אנדערע אידן אז זיי זאלן אויך וויסן דערפון. איך וויל דיר שטארקן דו זאלסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה; דער הייליגער בעל התניא האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה טון פאר א צווייטן איד"; הער ווערטער וואס הייסט א טובה טון פאר א צווייטן איד: "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן"; וואס הייסט א טובה טון א איד? נאר אז מען איז יענעם מזכה מיט תורה, תפילה, מצוות ומעשים טובים.
איך דארף מקצר זיין ווייל איך בין זייער פארנומען, איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.
זיי געזונט.