מכתב יומי

ז כסלו תשפ"א

November 23 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


נישטא אזא זאך אז מען איז שוין פארפאלן; יעדער מענטש קען תשובה טון און אנהייבן פונדאסניי. אז דו ביסט געפאלן אין א בלאטע, בלייב נישט ליגן דארט; דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר טאר מען נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים.


אז דו ווילסט אראפנעמען אלע דינים פון דיר זאלסטו זיך מתודה זיין; אז מען איז זיך מתודה פאר'ן אייבערשטן נעמט מען אוועק אלע דינים וואס דארפן קומען אויפ'ן מענטש ווען מען זינדיגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): "בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", ווייל ער האט געוואוסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט: "חָטָאתִי" - קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן, דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דאס ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.


גיי אין א זייט, אין א פלאץ וואו קיינער הערט נישט און זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם! זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, חָטָאתִי עָוִותִי וּפָשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ, איך האב געטון נישט גוטע זאכן. העלף מיר אייבערשטער, איך וויל דאס נישט טון, איך וויל זיין אן ערליכער איד", דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים און אלע עונשים.


הייב אן היינט מסכת פסחים, כאפ זיך מיט מיט'ן באן; א שאד עס גייט אריבער די טעג, די יארן און דו שטייסט אינדרויסן אן קיין גמרא, אן קיין משניות און אן קיין חומש. כאפ זיך מיט, הייב היינט אן מסכת פסחים, זאג יעדן טאג דעם בלאט גמרא וועסט זען אז נאך א קורצע צייט וועסטו זיין אן אדם אחר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.