מכתב יומי

ח כסלו תשפ"א

November 24 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו.


זייטס מתפלל פאר מיר; מען שלאגט מיר, מען האקט מיר, מען רעדט אויף מיר לשון הרע. איך דארף רחמי שמים איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין.


עס איז נישט דאס ערשטע מאל און נישט דאס לעצטע מאל וואס עס וועקט זיך אויף א קול הברה. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחגר): יעדעס מאל ווען עס ווערט א נייע קעניג ביי די שדים, זאגט דער קעניג אז ער גייט אויסרייסן דעם בוים; וואס איז דער בוים? דאס איז דער הייליגער רבי, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר, תיקון ו): "עֵץ - דָא צַדִּיק"; דער קעניג פון די שדים גייט מיט אלע שרים מיט גרויס שמחה און מיט גרויס גאוה אויסרייסן דעם בוים, אבער אזוי ווי ער קומט נאנט צום בוים, געבט דער בוים אויף אים א געשריי, אז ער ווערט דערשראקן און לויפט אוועק, עיין שם.


בעט פאר מיר.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, האב רחמנות אויף דיין נשמה; לערן יעדן טאג אביסל חומש, אפאר פרקים משניות און דעם בלאט גמרא. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים. דערפאר זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג, אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל תורה וואשט אויס א מענטש אינגאנצן פון זיין שלעכטס.


זארג נישט, דאגה נישט, עס וועט דיר גארנישט צוגעבן, עס וועט גארנישט בעסער מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךְ", זאלסט נישט ארום גיין מיט דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; וואס יא? וואס איז די בעסטע זאך צו טון ווען עפעס טוט וויי? גיין צום אייבערשטן, אים בעטן פשוט'ע ווערטער אויף די פשוט'ע שפראך, ער זאל דיר געבן א ישועה.


איך האב דיר געשריבן זאלסט בעטן פאר מיר ווייל מען האקט מיר, איך האב דיר נישט געוואלט דערשרעקן; איך בין שטארק, איך בין פיין, איך בין משונה פרייליך; איך דארף פשוט תפילות איך זאל ווייטער קענען אנגיין, ווער נישט דערשראקן פון גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.