מכתב יומי

ז שבט תשפ"ו

January 25 2026

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען אין די ימי השובבי"ם, יעצט איז א צייט וואס מען איז מתקן אלע חטאים. דער אריז"ל זאגט אז מען קען אויך מתקן זיין אין די טעג דעם חטא הידוע, חטאות נעורים, אבער אויך זאלסטו זיך מאכן א חשבון ווי אזוי דו רעדסט מיט מענטשן, אויב דו רעדסט שטעכעדיג, שפיזיג.


מוהרא"ש זאגט, מענטשן זענען פארנומען שובבי"ם מיט די חטא הידוע און מען פארגעסט פון די חטא שאינו ידוע, דאס איז די עבירה פון בין אדם לחבירו; מען דארף זיך בארעכענען ווי אזוי מען רעדט איינער צום צווייטן, נישט פארשעמען, נישט שרייען, נישט שטעכן און נישט אוועק מאכן וואס אנדערע זאגן. מען דארף אפלאזן פרעה, די פה-רע; דאס רעדן לשון הרע און רכילות השם ישמרינו.


עס האט פאסירט אין די לעצטע טעג אפאר טראגעדיעס ווי יונגע קינדער און יונגע בחורים זענען אוועק, מענטשן פרעגן וואס וויל מען דא, וואס דארפן מיר פאררעכטן; איך געדענק ווען עס פלעגט פאסירן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן פלעגט מוהרא"ש אונז אויס'מוסר'ן מיר זאלן מתקן זיין בין אדם לחברו, מיר זאלן ארויסנעמען די פיינטשאפט וואס איז דא צווישן אונז, נישט וויי טון א צווייטן איד, נישט שלאגן א צווייטן איד, נישט פארשעמען א צווייטן איד, אז איינער האט געטראפן א צווייטע חסידות פון וואו מען געהערט, א צווייטע קהלה פון וואו מיר גייען, א צווייטע ראש ישיבה ווי וואס דו האסט וכו' וכו', וואס דארף מען יענעם שפייען, שלאגן און פיינט האבן?


דאס מוזן מיר פאררעכטן, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד), מחלוקת איז אזוי שרעקליך אז אפילו קליינע קינדער ווערן אוועקגענומען פון די וועלט אלס א שטראף אויף מחלוקת, והא ראי', בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, אויך ביי בית דין של מעלה איז נישטא קיין עונש נאר פון צוואנציג יאר און העכער, און ביי קרח זענען אלע געשטראפט געווארן, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט.


ליבער ברודער לאמיר פאררעכטן אין די ימי השובבי"ם די זאך, בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טוישן די וועג פון רעדן, זאלסט רעדן שיין צו אנדערע. דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט: "ווען איך זע צוויי טרעגערס קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; דאס איז נישט א זאך וואס דאס געהערט בלויז צו מוהרנ"ת, דאס דארף אונז אלע שטעכן, דאס דארף אונז וויי טון; ווען מען זעט אדער מען הערט ווי מען קריגט זיך ביי אידן אדער מען האט זיך פיינט.


דינסטאג פרשת בשלח איז די סגולה צו זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום, א סגולה פאר פרנסה; זאלסטו שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין אז אויף דינסטאג זאלסטו האלטן ביי פרשת המן, זאלסט קענען מעביר סדרה זיין כסדרן, און מיט די סגולה און מיט אפלאזן די מחלוקת - וועט נתרחב ווערן, מען וועט האבן פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.