מכתב יומי
ח שבט תשפ"ו
January 26 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז מען פאלט אין בלאטע דארף מען פון דארט שרייען צום אייבערשטן, אז מען פאלט אין בלאטע טאר מען נישט בלייבן אין די בלאטע, דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר טאר מען נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים.
ליבער ברודער, אז דו האסט זיך פארשמירט מיט עבירות זאלסטו זיך אפוואשן און אפרייניגן, בלייב נישט מיט די בלאטע, דער רבי האט אונז געלערנט אז מען פאלט אין בלאטע זאל מען בלייבן ריין. די צדיקת אדל דעם רבינ'ס טאכטער האט געזאגט ווען זי איז אמאל געגאנגען נאך געלט מיט אירע חבר'טעס, און אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן א גרויסע בלאטע און אלע פרויען זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער, אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער. האט אדל זיי געזאגט: "מיין טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיך אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער".
די ווערטער "אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער", איז זייער וויכטיג און זייער שטארק, מען דארף וויסן און געדענקען אז מען פאלט אראפ זאל מען נישט בלייבן אין די בלאטע, נאר זיך רייניגן און בלייבן ריין, גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, א שטילע ווינקל און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, איך האב געטון נישט גוטע זאכן, איך האב געטון דאס און דאס (שמועס אויס פינקטליך וואס דו האסט געטון), העלף מיך אייבערשטער, איך וויל דאס נישט טון, איך וויל זיין אן ערליכער איד", דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים און אלע עונשים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.