מכתב יומי

ז תשרי תשפ

October 06 2019

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון דעם וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן צו) אז ער האט זיך אמאל גע'חלומ'ט ווי ער זוכט א פלאץ וואו צו הערן שופר בלאזן, און ער איז אריבער א שטוב וואס מען האט ארויס געהערט פון דארט טאנצן, שפרינגען און פאטשן וכו', וכו', "עָנִיתִי וְאָמַרְתִּי, הַלֹּא לְכַּאן בְּוַדַּאי טוֹב לִכָּנֵס לִשְׁמוֹעַ קוֹל שׁוֹפָר", האט דער רבי געזאגט: "דא איז גוט אריין צו גיין הערן שופר בלאזן"; האבן מיר ארום גערעדט פון זיין בשמחה, זיין פרייליך, און ווען א מענטש איז פרייליך איז א סימן אז דער אייבערשטער איז אים מוחל אלע עבירות.


פרוביר מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, דאס וועט דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ, כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית, עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", דער עיקר פארוואס א מענטש פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית איז ווייל ער איז בעצבות, ער איז טרויעריג און דעפרעסט.


אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעְלָהּ מְשַּׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן זיין ווייב; דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק צו מאכן א פירוד צווישן מאן און ווייב, בפרט יעצט אין די הייליגע טעג ווען מען איז פארנומען מיט אזויפיל מצוות און מעשים טובים דארף מען געדענקען פון די ווייב, איר צו מאכן פרייליך.


לאז אפ דיינע חברים, גיי אהיים העלפן דיין ווייב; דיינע חברים וועלן דיר נישט העלפן ביום צרה, דו וועסט זיך זען איינער אליין ווען דו וועסט דארפן הילף, א שאד זיך אוועק צו געבן פאר חברים ווען זיי וועלן דיר נישט העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.