מכתב יומי
ח תשרי תשפ
October 07 2019
‹ ›[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מארגן נאכט איז דער הייליגער נאכט פון "כל נדרי", ווען דער אייבערשטער גייט אונז מוחל זיין אלע עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שיר השירים רבה א, לו): אויפ'ן פסוק (שיר השירים א, ה): "שְׁחוֹרָה אֲנִי וְנָאוָה בְּנוֹת יְרוּשָׁלָיִם", א גאנץ יאר איז 'שְׁחוֹרָה אֲנִי', איך בין פארשווארצט פון מיינע עבירות, אבער 'וְנָאוָה' - בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים, יום כיפור בין איך שיין פאר דיר, יום כיפור איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.
יום כיפור איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵרוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר, עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ", אויף אלעם איז דער אייבערשטער מוחל אויב דער מענטש טוט תשובה, חוץ אויב מען טשעפעט א חבר, וואס דעמאלט העלפט נישט קיין תשובה ביז מען בעט איבער דעם חבר, בפרט די אייגענע ווייב דארף מען איבערבעטן; מאך זיך א חשבון הנפש, וויפיל האסטו מצער געווען דיין ווייב במשך דעם יאר, פארוואס? פאר ווען? אלעס פאר חברים וואס האבן דיר שוין לאנג אפגעלאזט! זאלסטו זיך יעצט מאכן א קבלה אז דו גייסט איר מכבד זיין, דו גייסט איר מער נישט מאכן וויינען און דו גייסט זיך רעכענען מיט אירע געפילן, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין.
אויך זאלסטו אריבער גיין צו דיינע עלטערן מיט דיינע קינדער זיך געזעגענען פאר יום טוב; עס איז א גרויסע זאך פאר קינדער ווען דער זיידע בענטשט זיי.
זאג פאר דיין ווייב תחי' אז זי זאל בלייבן אין שטוב, זי דארף נישט גיין אין שול; שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמַן", יעדע זאך האט זיין צייט; ווען איר וועט האבן עלטערע קינדער וואס וועלן קענען אכטונג געבן אויף די קליינע קינדער דעמאלט וועט זי גיין אין שול, אבער יעצט זאל זי בלייבן אין שטוב; אז זי האט צייט זאל זי דאווענען אין שטוב.
יום הקדוש גייט אן אלע הלכות פון הרחקות וכו'.
זיי מיר מוחל וכו'; איך האב דיר נישט געוואלט וויי טון, איך האב דיר פשוט געוואלט מדריך זיין זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן צו האבן א גוט לעבן, זיי מיר דן לכף זכות אז איך האב זייער א שווערע אמט. מיר וואלט בעסער געווען ווען איך קען זיצן אין די זייט און נישט האבן צו טון מיט קיינעם, איך בין געקומען צו מוהרא"ש נאר פאר די סיבה, איך האב געזוכט א שטילע ווינקל וואו צו קענען דינען דעם אייבערשטן, איך האב נישט געוואלט האבן מיט מענטשן, אבער דער אייבערשטער האט געפירט אזוי, עס זאל זיך עפענען די ישיבה וכו', וכו', מוהרא"ש האט מיר געהייסן רעדן און זאגן וכו', וכו', - דארף איך זאגן. בעט איך דיר זיי מיר מוחל, איך האב דיר ליב און איך בעט פאר דיר. נעכטן פארטאגס בין איך געפארן צום אוהל פון די ליובאוויטשע רביים זכותם יגן עלינו וואו איך האב געדאוונט פאר דיר און דיין ווייב, אויך איז נעכטן געווען א ברית אין ישיבה און איך האב געבעטן פאר דיר ביי אליהו הנביא.
אם ירצה ה' דאנערשטאג נאכט וועט זיין די וועכנטליכער שיעור.
איך שרייב דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער נאך פאר יום טוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
יום כיפור איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵרוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר, עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ", אויף אלעם איז דער אייבערשטער מוחל אויב דער מענטש טוט תשובה, חוץ אויב מען טשעפעט א חבר, דעמאלט העלפט נישט קיין תשובה ביז מען בעט איבער דעם חבר. בפרט די אייגענע מאן דארף מען איבערבעטן; מאך זיך א חשבון הנפש, דיין מאן ברענגט דיר פרנסה, ער ארבעט ביטער שווער א גאנץ יאר צו קענען צאלן דירה געלט, וכו', וכו'; וויפיל מאל שרייסטו אויף אים דורכ'ן יאר? דו בלאזט אויף אים פאר נארישקייטן, בלויז ווייל ער איז אהיים געקומען אפאר מינוט שפעטער וכדומה; דו מוזט אים איבערבעטן און זיך פארנעמען אז דו וועסט אים מער נישט טשעפען.
אויך זאלסטו שוין אויפהערן אויסגעבן געלט פאר גארנישט און פאר נישט; יעדן טאג גייסטו איינקויפן קליידער און דו ניצט עס ניטאמאל, דו האסט א מחלה פון קויפן וואס דו זעסט; דיין מאן הערט נישט אויף בארגן געלט (קרעדיט קארדס), עס איז א גרויסע עבירה צו אויסגעבן געלט פאר נארישע כבוד, וואס וועסטו האבן אז דיינע חבר'טעס וועלן זאגן אין פארנט פון דיר Wow! ווי מעג מען אויסצאפן בלוט, אויסגעבן געלט פאר זאכן וואס מען דארף נישט האבן אין לעבן!
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.