מכתב יומי
ז תשרי תשפ"ז
September 18 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".
זע צו זיין פרייליך שבת און מאך פרייליך דיין שטוב, נאר אויף דעם זאלסטו זיך פארלייגן, צו זיין פרייליך, ווייל מיט שמחה פארברענט מען אלע קליפות און מען קומט צו די העכסטע מדריגות.
איך בין מקצר די בריוו, איך בין נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה.
א פרייליכן שבת.
א גמר חתימה טובה.