מכתב יומי
ט תשרי תשפ"ז
September 20 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א', ערב יום הכיפורים, ט' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז נישט קיין צייט צו שרייבן בריוו, מיר שטייען אין זייער א הייליגע צייט, מען גייט אונז אפשרייבן א זיסע יאר, א ליכטיגע יאר.
איך וויל דיר בעטן צוויי זאכן, ערשטנס דו זאלסט מיר מוחל זיין אויף וואס איך האב דיר וויי געטון, עס איז נישט געקומען פון שלעכטיקייט, איך ווער אזוי איבערגעשטרענגט מיט די ארבעט, איך בעט דיר איבער, זיי מיר מוחל, וועט דער אייבערשטער אונז מוחל זיין.
צווייטנס, זאלסט מיר אינזין האבן אין דיינע תפילות, יואל בן רייצא רעכיל, איך זאל ווייטער קענען טון די שליחות וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו טון, מיט די ישיבה, מיט די מוסדות און אזוי ווייטער.
א גוט יום טוב,
א גמר חתימה טובה.