מכתב יומי
ח אדר א' תשע"ט
February 13 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
בנוגע וואס דו גייסט אריבער מיט דיין פרנסה וכו' וועל איך דיר שרייבן א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט. א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און זייער געוויינט: "רבי, מיין קו - מיין פרנסה געבער - איז מיר געשטארבן"; דער איד האט פארמאגט א קו וועלכע ער פלעגט מעלקן און פארקויפן די מילך, פון דעם האט ער געהאט פרנסה. איין צופרי קומט ער אריין אין שטאל און טרעפט זיין קו טויט און ער איז זייער באזארגט וואס גייט זיין ווייטער; דער חפץ חיים האט אים געוואלט בארואיגן, אבער דער איד וויינט און שרייט אז ער גייט שוין שטארבן פאר הונגער ווייל ער האט מער נישט קיין פרנסה, זאגט אים דער חפץ חיים זכרונו לברכה: "דיין פרנסה געבער איז דער אייבערשטער, און ער וועט דיר ווייטער געבן פרנסה; חס ושלום צו טראכטן אז דיין פרנסה איז געקומען פון א קו, נאר די וועג ווי אזוי דו האסט געהאט פרנסה איז געווען דורך די קו און יעצט וועט קומען דיין פרנסה דורך אן אנדערע וועג".
די מעשה זאלסטו גוט אריינעמען אין דיר; דו זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר איין מינוט אז דיין פרנסה קומט פון די ארבעט און אויב דו וועסט פארלירן די ארבעט וועסטו אויסגיין פאר הונגער וכו', אדער אנדערע מחשבות וואס קומען אריין אינעם מענטש: 'וואס וועט זיין?' 'ווי אזוי וועל איך האבן געלט?' נאר פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, דער אייבערשטער האט שוין זיינע וועגן ווי אזוי ער וועט דיר געבן פרנסה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.