מכתב יומי
ז אדר א' תשע"ט
February 12 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער מיין טייערער ..., וועק זיך אויף פון דיין טיפע שלאף; דו קוקסט מיר אויס ווי דער שני למלכות וואס איז איינגעשלאפן און די בת מלך זוכט אים און וועקט אים אבער קען אים נישט דערוועקן (סיפורי מעשיות, מעשה א); אזוי אויך דו נאך אזויפיל חיזוק ביסטו נאך אלץ אזוי מרה שחורה'דיג און אין אזא עצבות.
דו קענסט ארויס קריכן פון דעם נאר אז דו וועסט זיך באנייען. אמאל האסטו געהאט אזא געפיל אין יעדע נקודה פון רבי'ן, כאפ א דוגמא 'מקוה'; אמאל בתחילת התקרבותך ביסטו געווען אזוי פריש, דו ביסט געלאפן אין מקוה ווי א יונג בחור'ל. בעט איך דיר, הייב אן פונדאסניי, גיי טובל זיך אין מקוה וועסטו אראפ נעמען פון דיר די עצבות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות, "וִישׁוּעָה בָּאָה", און מען איז זוכה צו א ישועה. נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק פון זיך אלע דינים.
ווען דו גייסט אין מקוה זאלסטו זיך איינבייגן און זיך מבטל זיין פאר'ן אייבערשטן; מוהרא"ש זאגט אז די עיקר כוונה פון מקוה איז 'ביטול' - מען בייגט זיך איין פאר'ן אייבערשטן. יעדעס מאל מען טובל'ט זיך בייגט מען זיך נאכאמאל פאר'ן אייבערשטן. דאס אליינס, אז דער מענטש טוט זיך אינגאנצן אויס, ער גייט אראפ אין די מקוה און דארט בייגט ער זיך איין פארן אייבערשטן - דאס רייניגט דעם מענטש.
געדענק, א ברסלב'ער חסיד איז איינער וואס פאלגט דעם רבי'ן און אז מען פאלגט נישט דעם רבי'ן איז א שאד די צייט צו קומען דא; גלייב מיר, עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט טראכטן: 'א שאד איך האב נישט געטון די עצות'; טייערער ..., איך שרייב דיר ווייל איך האב דיר ליב און איך וויל דיין הצלחה. גלייב מיר, איך בין אזוי פארנומען – דו קענסט זיך נישט פארשטעלן, מיט דעם אלעם שטרענג איך זיך אן דיר צו שרייבן; נעם אריין אין דיר די ווערטער וועט דיר גוט זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער מיין טייערער ..., אנשטאט צו קוקן מאוויס נעם ענדערש א משניות און זאג א פרק נאך א פרק, דאס וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה פון אלע פלעקן.
מאוויס איז א שקר און א דמיון; עס נעמט צו דעם מח פונעם מענטש, עס ברענט אים אויס דעם מח און דורכדעם פארלירט מען אלעס. לאז דיר נישט פארנארן פונעם יצר הרע וואס זאגט דיר: 'דאס מעג מען יא קוקן' און 'דאס איז נישט אזוי געפערליך', ווייל דאס איז נאך א וועג ווי אזוי ער קען אריין כאפן דעם מענטש אין זיין ביטער'ן נעץ; ער רעדט צו דעם מענטש צו קוקן סתם זאכן ביז מען פאלט רחמנא לצלן אריין אין גארבידזש, וואס איינמאל מען פאלט דארט אריין איז שוין זייער ביטער. מאוויס ברענט אויס די גאנצע מח מחשבה; מען ווערט א שלעכטער מענטש, מען האט מער נישט קיין געפיל צו די אייגענע ווייב און קינדער, מען פארלירט די געפיל צו דאווענען און צו לערנען, און מען ווערט פשוט אויס...
איך בעט דיר! איך וויין צו דיר! ווארף אוועק דיין 'שמוץ פאון' אדער לכל הפחות לייג ארויף א פילטער; צייל אפ וויפיל מאל מוהרא"ש שרייבט אז מען זאל נישט האבן קיין שמוץ פאון... אזויפיל קען איך דיר זאגן: "ווער עס פאלגט וואס מען רעדט דא אין ישיבה האט א לעכטיגע לעבן".
פאר דו לייגסט זיך שלאפן זאלסטו זיך מתודה זיין אויפן טאג; זאג פאר'ן אייבערשטן: "זיי מיר מוחל אויף דעם היינטיגן טאג, מארגן וועל איך זיין אן ערליכער איד". די פאר ווערטער מאכט א גרויסע רושם אויבן אין הימל; די פאר דיבורים נעמען אוועק אלע עונשים וואס די מקטריגים ווילן ברענגען אויפ'ן מענטש.
א גוטע נאכט.