מכתב יומי
ח אייר תשפ"ב
May 09 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט אינדערפרי בין איך געווען אין שטעטל ביי א ברית, איך האב אסאך געבעטן פאר דיר בשעת סנדקאות; איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך, עס קומט גוטע צייטן.
ווען דו וואלסט געוויסט וואס מענטשן גייען אריבער, וואס פאר א צרות עס איז דא אויף די וועלט - וואלסטו זיך נישט אפגערעדט טאג און נאכט, וואלסט געדאנקט דעם אייבערשטן פאר דיין לעבן, וואלסט אים געלויבט, וואלסט געזינגען טאג און נאכט: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן"; עס איז דא אזעלכע צרות, עס האט נישט קיין פשט צו זוכן אויף וואס צו זיין צעבראכן.
כאפ א פרק משניות, כאפ א בלאט גמרא - וועט זיך דיר אלעס איבערדרייען צום גוטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.