מכתב יומי
ט אייר תשפ"ב
May 10 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין געווען נעכטן אין שטעטל, איך בין געווען ביי די קינדער אין תלמוד תורה און אין בית פיגא; איך בין זייער איבערגענומען פון די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מוט אונז, אז מיר האבן אן אמונה פארבריק וואו מען ווארצלט אריין אין די קינדער פון קליינערהייט אמונה אינעם אייבערשטן; די קינדער אטעמען אמונה, מען לעבט מיט אמונה; יעדע ווארט איז 'אייבערשטער', 'בעט דעם אייבערשטן', 'איך האב געבעטן דעם אייבערשטן', 'שכוח אייבערשטער!'
מען ענדיגט יעצט בויען נאך א בנין פאר די מוסד, ממש נעבן דעם בנין התלמוד תורה און מען וויל קויפן יעצט א דריטע בנין פאר די קינדער; ווייל ווער עס קוקט אויף די נומערן אז עס איז נאכנישט דא קיין דריי יאר פון ווען דער שטעטל האט זיך אנגעהויבן, די ערשטע יאר איז געווען צען אינגלעך און צען מיידלעך, און יעצט האלטן מיר שוין איבער הונדערט קינדער - דארפן מיר שוין אנגרייטן נאך פלאץ.
בנוגע אומאן; מיר ווארטן און האפן דאך א גאנץ יאר צו קענען זיין ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן, מיר בויען ווייטער אין אומאן אונזער בנין, מען ענדיגט יעצט דעם פערטן שטאק; מיר גרייטן אלעס אן צו קענען זיין ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.
גוטע נייעס קומט אריין פון די ארץ ישראל'דיגע מדפיסים, זיי געבן ארויס יעצט ספר איש אמונות פון שנת תשפ"א; וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק אין דרוקן די ספרים וואס זענען אזוי מחי' אידישע קינדער.
למעשה וועט נישט זיין דעם פסח שני דער חנוכת הבית פאר'ן בית הדפוס, זאכן האבן זיך פארשלעפט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.