מכתב יומי
י אלול תשע"ז
September 01 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן; אפילו איינער באקומט א פרוי מיט שווערע נאטורן וכו' וכו', און ביי אים איז קלאר אז מען קען נישט האבן א לעבן מיט אזא פרוי וכו', איז דאס אבער נישט אזוי, מען קען יא האבן א לעבן, ווייל עס איז מעגליך פארן מאן איר איבער צו דרייען. אויב א אינגערמאן האט אביסל שכל קען ער זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן, די שאלה איז נאר 'וואו קויפט מען שכל?' שכל קען מען באקומען ווען מען רעדט זיך אויס דאס הארף צום הייליגן באשעפער, מען בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין מיין לעבן, איך ווייס נישט ווי אזוי מען רעדט צו א ווייב, איך ווייס נישט ווי אזוי מען מען פירט זיך אין אלע ענינים וכו'"; ירמיהו הנביא זאגט (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'", גיס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; און די ראשי תיבות פון שִׁ'פְכִי כַּ'מַיִם לִ'בֵּךְ איז שכל - אז מען שמועסט זיך אויס מיטן אייבערשטן, מען פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער, אלעס וואס טוט וויי, און אלעס וואס מען וויל האבן אין לעבן, אזוי באקומט מען שכל.
דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט פון יעצט און ווייטער זיין נאכגעביג און זיין א "געבער"; דו זאלסט נישט אויפהערן צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב, און אז דער אייבערשטער רוט אין שטוב איז שוין דא אלע ברכות, און דו וועסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א פרייליכן שבת.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.